קאָנגרעס העכערט ישׂראל־שטיצע

US Restores Levels of Funding to Israel

אַ מאָדעל פֿון אַ ראַקעט, באַנוצט אין די בשותּפֿותדיקע ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער שוץ־סיסטעמען
Wikimedia Commons
אַ מאָדעל פֿון אַ ראַקעט, באַנוצט אין די בשותּפֿותדיקע ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער שוץ־סיסטעמען

פֿון ייִט״אַ

Published January 17, 2014, issue of February 14, 2014.

דער „רעפּרעזענטאַנטן־הויז‟ פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט באַשלאָסן צו העכערן די סומע פֿון דער שטיצע לטובֿת ישׂראל ביזן ניוואָ, וואָס מע האָט פּלאַנירט אויסצוגעבן פֿאַר די בודזשעט־שניטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. אינעם יאָר 2014, וועט ישׂראל באַקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן 3.1 מיליאַרד דאָלאַר — לויטן צען־יאָריקן מעמאָראַנדום פֿון 2007, וועלכער גאַראַנטירט אַ דורכשניטלעכע יערלעכע שטיצע־סומע פֿון 3 מיליאַרד.

מיטוואָך, דעם 15טן יאַנואַר, נאָך אַ לאַנגן בודזשעט־סיכסוך צווישן די רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטן, וועלכער האָט געדויערט עטלעכע חדשים לאַנג, האָט דער קאָנגרעס באַשלאָסן צו באַצאָלן, בסך־הכּל, 1.1 טריליאָן דאָלאַר אויף פֿאַרשיידענע צוועקן. ווי אַ רעזולטאַט, האָט מען אָפּגעשאַפֿן בערך אַ העלפֿט פֿון די פֿאַראַיאָריקע 8־פּראָצענטיקע שניטן, וועלכע מע האָט אָנגענומען אין מאַרץ, ווען דער קאָנגרעס האָט נישט געקאָנט דערגרייכן אַ הסכּם צווישן די פּאַרטייען.

אַחוץ דער אַלגעמיינער שטיצע, וועט מען געבן אַ באַזונדערע סומע פֿון 268.7 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר די בשותּפֿותדיקע ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער שוץ־פּראָגראַמען קעגן ראַקעט־אַטאַקן. צוליב דעם, וואָס די דאָזיקע פּראָגראַמען ווערן דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיט ישׂראל, גייט דאָס געלט נישט אַרײַן אינעם אַלגעמיינעם שטיצע־חשבון.

די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע וועט אויך באַקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן בערך 400 מיליאָן דאָלאַר שטיצע, בתּנאַי אַז זי וועט פֿאַרברייטערן אירע פּראָגראַמען קעגן די אומרוען און וועט נישט ווײַטער פּרוּוון אָנערקענט ווערן אין דער וועלט ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה.

דער „אייפּעק‟ האָט אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט מיט די שטיצע־באַשלוסן.