בעלגישע ייִדן באַדאַנקען פֿראַנקרײַך

Belgian Jews Thank France

ייִדישע דעמאָנסטראַנטן פֿאַר דער פֿראַנצייזישער אַמבאַסאַדע אין בריסל, דעם 15טן יאַנואַר
Getty Images
ייִדישע דעמאָנסטראַנטן פֿאַר דער פֿראַנצייזישער אַמבאַסאַדע אין בריסל, דעם 15טן יאַנואַר

פֿון ייִט״אַ

Published January 19, 2014, issue of February 14, 2014.

די פֿירער פֿון דער בעלגישער ייִדישער קהילה האָבן אָרגאַניזירט אַ מאַניפֿעסטאַציע בײַ דער פֿראַנצייזישער אַמבאַסאַדע אין בריסל, באַדאַנקענדיק פֿראַנקרײַך פֿאַר איר קענגערשאַפֿט צו די אַנטיסעמיטישע אויפֿטריטן פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן קאָמיקער דיאָדאָנע מבאַלאַ מבאַלאַ.

די דעמאָנסטראַציע, אָרגאַניזירט דורך דער דאַך־אָרגאַניזאַציע „CCOJB‟, וועלכע רעפּרעזענטירט די פֿראַנצייזיש־רעדנדיקע בעלגישע ייִדן, איז פֿאָרגעקומען מיטוואָך, דעם 15טן יאַנואַר. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי זענען צופֿרידן מיט דעם, וואָס די פֿראַנצייזישע רעגירונג פּרוּווט אָפּצושטעלן דיאָדאָנעס אַנטיסעמיטישע אויפֿטריטן נישט בלויז אינעם אייגענעם לאַנד, נאָך אויך אין אַנדערע לענדער.

דאָס פֿראַנצויזישע העכסטע געריכט האָט פֿאַרווערט דעם דעביוט פֿון דיאָדאָנעס אינטערנאַציאָנאַלן טור, וועלכן מע האָט פּלאַנירט דורכצופֿירן דעם 9טן יאַנואַר אין דער שטאָט נאַנט. מאָריס סאָסנאָווסקי, דער פּרעזידענט פֿון „CCOJB‟, האָט דערקלערט בעת דער דעמאָנסטראַציע, אַז ס׳איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין דעם חילוק צווישן וואָרט־פֿרײַהייט און אָפּלייקענען דעם ייִדישן חורבן צוליב אַנטיסעמיטישע מאָטיוון. דיאָדאָנע איז שוין עטלעכע מאָל פֿאַרמישפּט געוואָרן אין פֿראַנקרײַך פֿאַר ראַסיסטישע אַרויסזאָגונגען.

נישט אַלע ייִדן זענען אָבער צופֿרידן מיטן פֿאַרווער פֿון דיאָדאָנעס אויפֿטריטן. זשאַק לאַנג, אַ ייִדישער געוועזענער פֿראַנצויזישער מיניסטער פֿון קולטור און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ, וועלכער פֿירט איצט אָן מיטן „אינסטיטוט פֿון דער אַראַבישער וועלט‟, האָט געמאָלדן דער פּרעסע אין זײַנע אינטערוויוען, אַז דער פֿאַרווער איז צו שטרענג.

דיאָדאָנע האָט צוגעזאָגט צו גרינדן אַ נײַע פּראָגראַם און אַרויסצונעמען פֿון זיי די אַנטיסעמיטישע עלעמענטן; פֿונדעסטוועגן, האָט מען אים נישט דערלאָזט אויפֿצוטרעטן, אָבער די נײַעס־אַגענטור „AFP‟ האָט געקוקט אויף דער נײַער פּראָגראַם, און געטענהט, אַז דער תּוכן איז געבליבן דער זעלבער.