מיטיק מיטן פּויפּסט

Lunch With the Pope

ייִדן מיטיקן מיטן פּויפּסט דעם 16טן יאַנואַר אין וואַטיקאַן
Courtesy World Jewish Congress
ייִדן מיטיקן מיטן פּויפּסט דעם 16טן יאַנואַר אין וואַטיקאַן

פֿון ייִט״אַ

Published January 19, 2014, issue of February 14, 2014.

דער פּויפּסט פֿרענסיס האָט מכבד געווען אַ ייִדישע דעלעגאַציע פֿון זײַן היימלאַנד, אַרגענטינע, מיט אַ פּריוואַטן וואַרמעס, צוגעשטעלט דורך איינעם פֿון די בעסטע כּשרע רעסטאָראַנען אין רוים.

דאָנערשטיק, דעם 16טן יאַנואַר, האָבן די בעלי־בתּים פֿונעם רעסטאָראַן „ב׳געטאָ‟ געבראַכט די כּשרע מאכלים אין וואַטיקאַן, וווּ דער פּויפּסט האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ גרופּע רבנים און קהילה־פֿירער. דער וואַרמעס איז פֿאָרגעקומען אינעם אַכסניא־הויז פֿון זײַן רעזידענץ, „סאַנטאַ מאַרטאַ‟.

די באַטייליקטע אין דער סעודה זענען געזעסן אַרום אַ רונדן טיש, צוגעדעקט מיט אַ ווײַסן טישטעך. עמית דאַבוש, די בעל־הביתטע פֿונעם רעסטאָראַן, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטער פֿונעם געוועזענעם ייִדישן געטאָ אין דער רוימישער אַלטער שטאָט, האָט איבערגעגעבן, אַז דער הויפּט פֿון דער קאַטוילישער קירך האָט פֿאַרזוכט אַלע צוגעשטעלטע ייִדישע מאכלים. צום מערסטן, איז אים געפֿעלן געוואָרן דער דעסערט מיט פֿיסטאַשקע־ניסלעך, האָט זי צוגעגעבן.

הרבֿ אַבֿרהם סקאָרקאַ, דער רעקטאָר פֿונעם „לאַטײַן־אַמעריקאַנער רבנישן סעמינאַר‟, וועלכער קען שוין לאַנג דעם הײַנטיקן פּויפּסט, האָט אָנגעפֿירט מיט דער דעלעגאַציע. דעם טאָג, ווען דער וואַרמעס איז פֿאָרגעקומען, האָט דער רבֿ געהאָלפֿן דורכצופֿירן אין וואַטיקאַן דעם יערלעכן „טאָג פֿון ייִדישקייט‟ — אַ ספּעציעלע אונטערנעמונג, געגרינדעט אין 1990, וואָס שטעלט דעם ציל צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן ייִדן און קאַטויליקער און צו העלפֿן זיי צו פֿאַרשטיין די ייִדישער שרשים פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע.

דער צווייטער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער באַגעגעניש איז געווען קלאַוודיאָ עפּעלמאַן, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿונעם „לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס‟. עפּעלמאַן האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז דער צוזאַמענטרעף מיטן פּויפּסט וועט העלפֿן צו אַנטוויקלען זײַנע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה. אין מײַ, פּלאַנירט פֿאָטער פֿרענסיס אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אין ישׂראל.

עפּעלמאַן, וועלכער פֿירט אָן מיטן דיאַלאָג צווישן דעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ און דער קאַטוילישער קירך, האָט דערציילט, אַז דער פּויפּסט האָט געזאָגט תּהילים אויף לשון־קודש, צוזאַמען מיט די ייִדן, בײַם סוף פֿון דער סעודה. סראָקראַ האָט אָנגעשריבן צוזאַמען מיטן הײַנטיקן פּויסט אַ בוך, ווען יענער האָט געדינט ווי אַן אַרציביסקופּ אין בוענאָס־אײַרעס, און האָט געהייסן כאָרכע בערגאָליאָ. דאָנערשטיק, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע אינעם וואַטיקאַנער „גרעגאָריאַנער אוניווערסיטעט‟, דערציילנדיק וועגן דעם ייִדיש־קאַטוילישן דיאַלאָג פֿון אַ לאַטײַן־אַמעריקאַנער קוקווינקל.

געוויינטלעך, מערקט מען אָפּ דעם „טאָג פֿון ייִדישקייט‟ דעם 17טן יאַנואַר. די דאָזיקע דאַטע איז באַקאַנט אין פּוילן, איטאַליע, עסטרײַך און האָלאַנד. הײַיאָר האָט מען עס אָבער אָפּגעמערקט מיט אַ טאָג פֿריִער, ווײַל אַנדערש וואָלט עס פֿאָרגעקומען שבת.