סאַנקט-גאַלען

St. Gallen

דער מחבר לעבן די טירן פֿונעם גרויסן קלויסטער אין סאַנקט־גאַלען, וואָס טראָגן אַ בילד פֿון נאָטדער דער “דײַטש”
דער מחבר לעבן די טירן פֿונעם גרויסן קלויסטער אין סאַנקט־גאַלען, וואָס טראָגן אַ בילד פֿון נאָטדער דער “דײַטש”

פֿון לייזער בורקאָ

Published January 19, 2014, issue of February 14, 2014.

זיכער קריכט שוין דעם לייענער פֿון האַלדז צו לייענען יעדע וואָך וועגן דער שווייץ אין מײַן רובריק. געוואַלד, צי ווייס איך ניט פֿון קיין אַנדערע טעמעס? דאָ אין ניו־יאָרק איז ניטאָ וואָס צו שרײַבן? דער לייענער איז אוודאי גערעכט. נאָר פֿון דעסטוועגן וועל איך אײַך נודיען נאָך איין מאָל מיט אַן אַלטפֿרענקישער שווייצער טעמע. און טאַקע פֿון פֿאַר צײַטנס: די געשיכטע פֿון דער אַלטער ביבליאָטעק פֿון סאַנקט-גאַלען.

הײַנט איז סאַנקט-גאַלען אַ פֿאַרשלאָפֿענע שטאָט אין דער מיזרח־שווייץ. דער עיקר, שמט זי מיט דער „האַנדל־הויכשול סאַנקט-גאַלען‟, וואָס ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר איינער פֿון די בעסטע געשעפֿט־ און עקאָנאָמיק־אוניווערסיטעטן אויף דער וועלט. אָבער די שטאָט האָט אַן אַלטן ייִחוס ווי איינע פֿון די ערשטע צענטערס פֿון געלערנטקייט אין צענטראַל־אייראָפּע.

ווען די רוימער האָבן אײַנגענומען די טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער שווייץ, האָט דאָרט געוווינט אַ קעלטישער שבֿט, וואָס יוליוס צעזאַר האָט גערופֿן די „העלוועטי‟ (Helvetii); דערפֿאַר הייסט די שווייץ נאָך אַלץ אָפֿיציעל די „העלוועטישע פֿעדעראַציע‟. אין משך פֿון די יאָרהונדערטער זײַנען די קעלטן „פֿאַררוימישט‟ געוואָרן, האָבן גענומען רעדן אַ דיאַלעקט פֿון לאַטײַן, וואָס די הײַנטיקע שפּראַך ראָמאַנטש שטאַמט אָפּ פֿון אים. ראָמאַנטש איז איינע פֿון די פֿיר אָפֿיציעלע שפּראַכן פֿון דער שווייץ, אָבער אַזוי ווי עס בלײַבן הײַנט נאָר 60,000 ראָמאַנטש־רעדערס, שפּילט זי ניט קיין ממשותדיקע ראָלע.

בײַם סוף פֿון דער רוימישער אימפּעריע זײַנען אַרײַן פֿון צפֿון גערמאַנישע שבֿטים, און ס’רובֿ ראָמאַנטש־רעדערס זײַנען אין משך פֿון די יאָרהונדערטער צו ביסלעך אַריבער אויף דײַטש. די רוימישע ציוויליזאַציע איז אונטערגעגאַנגען, די פּאַגאַנישע גערמאַנער האָבן דאָרט געווילדעוועט, און די אַלטע געלערנטקייט איז פֿאַרגעסן געוואָרן — אַפֿילו די פּשוטע פֿעיִקייט צו לייענען און שרײַבן. פֿון עטלעכע הונדערט יאָר זײַנען כּמעט ניט איבערגעבליבן קיין היסטאָרישע עדות, און טאַקע דערפֿאַר הייסט אָט די תּקופֿה דער „פֿינצטערער מיטל־עלטער‟.

אין אַרויסשלעפּן אייראָפּע פֿון דער דאָזיקער בלאָטע האָבן די אירלענדער געשפּילט אַ היפּשע ראָלע. אַזוי ווי די גערמאַנער האָבן אירלאַנד ניט געטשעפּעט, איז דאָרט פֿאַרבליבן די אַלטע געלערנטקייט, און עס האָבן זיך צעבליט מאָנאַסטירן, וווּ די מאָנאַכן האָבן קאָפּירט און שטודירט די אַלטע שריפֿטן אויף לאַטײַן און גריכיש. זיי זײַנען דערנאָך צוריקגעפֿאָרן קיין ענגלאַנד און קיין אייראָפּע ווי מיסיאָנערן, כּדי אָפּצושמדן די גערמאַנער אויף קריסטן און זיי צו ציוויליזירן.

איין אירלאַנדישער מיסיאָנער אַזאַ האָט געהייסן גאַלוס, וואָס ער האָט אויף זײַן הייליקן שליחות זיך אַרײַנגעבלאָנדזשעט אינעם שווייצער וואַלד. איין טאָג אין יאָר 612, זאָגט אונדז די לעגענדע, איז גאַלוס פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ וואַסערפֿאַל, ער האָט געפּלאָנטערט מיט די פֿיס און איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ דאָרנבוים. פֿאַרשטייענדיק דאָס אומגליק ווי אַ סימן מן-השמים, האָט ער באַשלאָסן צו בלײַבן, אָבער די זעלביקע נאַכט האָט זיך אין אים אָנגעשטויסן — אַ בער. דער בער האָט זיך אויפֿגעשטעלט, אָבער דער הייליקער גאַלוס האָט ניט פֿאַרלוירן זײַן בטחון: ער האָט גוזר געווען אויפֿן בער אין גאָטס נאָמען, אַז ער זאָל וואַרפֿן אַ שטיק האָלץ אַרײַן אין פֿײַער. דער בער האָט געבראַכט דאָס האָלץ און גאַלוס האָט אים געגעבן אַ לאַבן ברויט, ער זאָל מער ניט קומען אויף דעם אָרט.

פֿון גאַלוסעס תּלמידים האָט זיך אַנטוויקלט אַ מאָנאַסטיר, און אַרום אים — די הײַנטיקע שטאָט סאַנקט-גאַלען. דער מאָנאַסטיר מיט זײַן ביבליאָטעק איז געוואָרן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע צענטערס פֿון געלערנטקייט — אויב ניט דער וויכטיקסטער — אין צענטראַל־אייראָפּע. נאָך הײַנט פֿאַרמאָגט די ביבליאָטעק איבער 400 כּתבֿ־ידן פֿון דער צײַט פֿאַרן יאָר 1000, אַרײַנגערעכנט אַ סך אירלענדישע.

ס’רובֿ כּתבֿ־ידן זײַנען אַוודאי אויף לאַטײַן, וואָס איז דעמאָלט געווען דאָס קריסטלעכע „לשון־קודש‟: אַלע לומדים האָבן געלייענט און געלערנט אויף לאַטײַן, ניט אויף דער גערעדטער שפּראַך. אָבער עס האָבן זיך אין סאַנקט-גאַלען אויך באַוויזן די ערשטע „ייִדישיסטן‟: דאָס עלטסטע דײַטשע בוך בכלל געפֿינט זיך אין דער ביבליאָטעק. דער אַ”ג „אַבראָגאַנס‟ איז אַ גרויס ווערטערבוך פֿון סינאָנימען אויף לאַטײַן און אויף אַלטדײַטש, וואָס שטאַמט אַזש פֿונעם 8טן יאָרהונדערט — אַ מין אַלטדײַטשער „סטוטשקאָוו‟. מיט דער הילף פֿונעם „אַבראָגאַנס‟ האָט יעדער איינער, ניט נאָר דער תּלמיד־חכם, געקענט לייענען די הייליקע שריפֿטן פֿאַר זיך.

מיט אַן ענלעכן פּעדאַגאָגישן ציל איז שפּעטער געקומען אפֿשר דער גרעסטער אַלטדײַטשער שרײַבער, אַ מאָנאַך אין סאַנקט-גאַלען וואָס מע רופֿט אים „נאָטקער דער דײַטש‟. „דײַטש‟ איז באמת ניט קיין פּאַסיקע איבערזעצונג, ווײַל צו יענער צײַט, סוף 10טן יאָרהונדערט, זײַנען באמת ניט געווען קיין „דײַטשן‟. נאָטקער האָט געשריבן אויף „דײַטש‟, אָבער מיט דעם האָט ער געמיינט פּשוט די שפּראַך פֿון פֿאָלק. דאָס וואָרט האָט דעמאָלט ניט געהאַט קיין נאַציאָנאַלן אָדער עטנישן בײַטעם. דערפֿאַר האָבן אויך ייִדן נאָך הונדערטער יאָרן געזאָגט, אַז זיי רעדן אויף „טײַטש‟, כאָטש יעדער האָט געוווּסט, אַז זיי רעדן אַנדערש ווי די ניט־ייִדן.

נאָטקער האָט אײַנגעזען מיט אַ טויזנט יאָר פֿאַר אונדזערע הײַנטיקע לינגוויסטן, אַז תּלמידים לערנען זיך בעסער אויף זייער מוטערשפּראַך. דערפֿאַר האָט ער פֿאַר זײַנע תּלמידים געשריבן פּירושים אויף פֿאַרשיידענע ספֿרים און פֿילאָסאָפֿישע ווערק, אַרײַנגערעכנט תּהילים — אַלץ אויף זײַן אַלטדײַטשן דיאַלעקט, וואָס ער האָט טראַנסקריבירט מיט אויסערגעוויינטלעכער פּרעציזקייט. פֿאַרן ייִדיש־קענער איז אינטערעסאַנט צו זען, ווי אַזוי נאָטקער באַגייט זיך מיט זײַן לאַטײַנישן „לשון־קודש‟: ער מישט אַרײַן פֿראַזעס און גאַנצע זאַצן, פּונקט ווי אַ פֿרומער ייִד לערנט תּורה (להבֿדיל). דערבײַ האָט ער אָבער ווײַטער געבויגן די ווערטער לויט דער לאַטײַנישער גראַמאַטיק, אַזוי אַז עס באַקומען זיך גאָר מאָדנע קאָנסטרוקציעס. מיר זאָגן הײַנט, למשל, אַז „מיר האָבן אַ קאָנסטיטוציע, וואָס פֿאַרזיכערט גלײַכע פּריווילעגיעס פֿאַר אַלע פּערזאָנען‟; אָבער נאָטקער וואָלט געשריבן: „מיר האָבן אַ קאָנסטיטוציאָנעם, וואָס פֿאַרזיכערט גלײַכע פּריווילעגיאַ פֿאַר אַלע פּערזאָניבוס‟.

נאָטקער איז אויך געווען אַ וויכטיקער שאַפֿער פֿון נײַע ווערטער, וואָס די דײַטשע שפּראַך האָט זיך אין זיי דעמאָלט שטאַרק גענייטיקט. למשל, אַזאַ ייִדיש וואָרט ווי „געוויסן‟ האָט ער געשאַפֿן אויפֿן מוסטער פֿונעם לאַטײַנישן conscientia, וווּ ־con מיינט ‚מיט‘ („גע־‟ האָט דעמאָלט אויך געמיינט ‚מיט‘) און scientia מיינט ‚וויסן‘ (דער שורש פֿון ענגליש science). אַזוי האָט נאָטקער געשאַפֿן וויכטיקע טערמינען, וואָס ייִדן ניצן אויך ביזן הײַנטיקן טאָג. אַזאַ ייִדישער אויסדרוק ווי „אַ בייז געוויסן איז אַ שלאַנג אין האַרצן‟ וואָלט ניט געווען מעגלעך אָן נאָטקער.

צי נאָטקער האָט ווען עס איז אַ מאָל געזען אמתע ייִדן, ווייס איך ניט. אויב ער האָט זיי יאָ געזען, זײַנען זיי אים מסתּמא ניט געפֿעלן געוואָרן, ווײַל ער האָט זיכער געגלייבט אין אַלע קריסטלעכע דאָגמעס מיט אַלע פּיטשעווקעס. נאָר פֿון דעסטוועגן, קוקנדיק אויף צוריק, זײַנען מיר אים שולדיק אַ דאַנק פֿאַר זײַן בײַשטײַער צו דער ייִדישער שפּראַך.