ערדאָגאַן: צען יאָר פֿון טעותן

Erdogan: Ten Years of Mistakes

די פּאָליציי צעטרײַבט אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע אויף די גאַסן פֿון איסטאַמבול, יאַנואַר 18, 2014
Getty Images
די פּאָליציי צעטרײַבט אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע אויף די גאַסן פֿון איסטאַמבול, יאַנואַר 18, 2014

פֿון שבֿע כּהן

Published January 22, 2014, issue of February 14, 2014.

אין משך פֿון די צען יאָר זינט רעדזשעט טײַיִפּ ערדאָגאַן איז געוואָרן דער פּרעמיער פֿון טערקײַ, איז ער און זײַן פּאַרטיי, „די פֿרײַהייט און גערעכטיקייט‟ (AKP), געוואָרן אויס העלדן. הײַנט ווערן זיי פֿאַרהאַסט דורך די ברייטע שיכטן פֿון דעם טערקישן פֿאָלק.

ערדאָגאַן האָט „זיך געשוווירן‟, אַז די צוקונפֿט פֿון טערקײַ און פֿון מיטל-מיזרח אין אַלגעמיין, געהערט צו די איסלאַמיסטן און אַנטי-אייראָפּעיִשע כּוחות, און איצט פֿאַרלירט ער זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן. דער הײַנטיקער קריזיס אין נישט נאָר אַ געשיכטע פֿון קאָרופּציע און פּאָליטישע אינטריגעס, נאָר אויך דער סוף פֿון אַ תּקופֿה, פֿול מיט דורכגעפֿאַלענע פּלענער.

דאָס דערוויילן AKP סימבאָליזירט טערקײַס אַנטוישונג אין אייראָפּע. די טערקן האָבן זיך שוין לאַנג געזען פֿאַר אייראָפּעער. אויסער דעם, וואָס אַנאַטאָליאַ איז טראַדיציאָנעל געווען אַרײַנגערעכנט ווי אַ טייל פֿון גריכנלאַנד, און ס’רובֿ פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע האָט זיך געפֿונען אין דרום־אייראָפּע, האָבן די פֿירער פֿון טערקײַ זינט 1839 געקוקט אויף מערבֿ, כּדי צו ווערן מער מאָדערן, סײַ פּאָליטיש און סײַ קולטורעל.

דעריבער איז געווען זייער לאָגיש, אַז טערקײַ זאָל ווערן אַ מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין. טערקײַ האָט אָנגעגעבן אַ ביטע נאָך אין יאָר 1987, אָבער נאָר אין 1999 האָט דער פֿאַראיין אָנגעהויבן צו באַטראַכטן ערנסט די בקשה. דער פּראָצעס האָט זיך געשלעפּט. די פֿירערשאַפֿט פֿונעם פֿאַראיין האָט געזוכט פֿאַרשידענע תּירוצים אָפּצוציִען זייער באַשלוס, ווי למשל, די אומרײַפֿקייט פֿון דעמאָקראַטיע אין טערקײַ און דער קאָנפֿליקט מיט ציפּערן.

ערדאָגאַן און זײַן איסלאַמיסטישע פּאַרטיי האָבן פֿאָרגעשלאָגן דעם טערקישן פֿאָלק אַ נײַע וויזיע פֿון דער צוקונפֿט: אַנשטאָט צו בלײַבן „דער אָרעמאַן פֿון אייראָפּע‟, וועט זי נאָך אַ מאָל ווערן די קרוין פֿון מיטל-מיזרח. ער האָט געטענהט, אַז טערקײַס אָרט איז נישט צווישן די קריסטלעכע לענדער פֿון אייראָפּע, נאָר צווישן די איסלאַמישע לענדער פֿון אַזיע, וווּ זי פֿלעג הערשן מיט איר סולטאַן — דער פֿירער פֿון דער וועלט-מוסולמענערטום. דער עקאָנאָמישער קריזיס אין אייראָפּע האָט אויך געמאַכט בײַ די טערקן אַ רושם, אַז דאָס וואָס די אייראָפּעער האָבן זיי נישט אָנגענעמען, האָט זיי בפֿירוש געראַטעוועט.

די אויסער-פּאָליטיק פֿון טערקײַ איז גיך געוואָרן „אַנטי-מערבֿדיק‟ און מער איסלאַמיסטיש. ערדאָגאַן האָט שאָקירט די וועלט, ווען ער האָט זיך דערנענטערט צו סיריע און באַשאַר אַסאַד. ער איז אויך אַרײַן אין אַ סיכסוך מיט ישׂראל און געמאָלדן, אַז ישׂראל איז „די גרעסטע געפֿאַר פֿאַר שלום אינעם ראַיאָן‟. אַז דער אַראַבישער פֿרילינג האָט אויסגעבראָכן, האָט ער שטאַרק געשטיצט די איסלאַמיסטישע פּאַרטייען פֿון צפֿון-אַפֿריקע, און עטלעכע פֿון זיי האָבן זיך פֿאַררופֿן אויף דער „פֿרײַהייט און גערעכטיקייט־פּאַרטיי‟, ווי אַ מוסטער פֿאַר דעם ראַיאָן, וואָס איז געווען מסוגל צו רעגירן לויט די דעמאָקראַטישע און איסלאַמישע פּרינציפּן.

עס איז אָבער גיך געוואָרן קלאָר, אַז ערדאָגאַן האָט געמאַכט אַ סטראַטעגישן טעות; דער אַליאַנץ מיט אַסאַד איז אַדורכגעפֿאַלן, צוליב די אַכזריותן, וועלכע האָבן זיך קלאָר אַרויסגעוויזן. די איסלאַמיסטישע רעגירונגען האָבן אויך געהאַט שווערע פּראָבלעמען מיט די פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס. די סעקולאַריסטן האָבן געטענעט, אַז די איסלאַמיסטישע רעגירונגען האָבן נישט אָפּגעהיט די בירגער־רעכט, ספּעציעל די פֿרײַהייט פֿון דער פּרעסע און פֿרויען. אין עגיפּטן איז דער מצבֿ געוואָרן אַזוי שלעכט, אַז דאָס מיליטער האָט געמוזט איבערקערן די גאַנצע רעגירונג, און דער געוועזענער פּרעזידענט ווערט אַצינד געמישפּט פֿאַר פֿאַרראַט. אַזוי איז טערקײַס השפּעה געוואָרן אָפּגעשוואַכט אין מיטל-מיזרח. במשך פֿון דער צײַט האָט טערקײַ פֿאַרנאַכלעסיקט איר פֿאַרבינדונג מיטן מערבֿ.

די זעלבע טענות וועגן די איסלאַמיסטישע פּאַרטייען אין צפֿון־אַפֿריקע האָט מען אויך געהערט וועגן דעם AKP. פֿונעם קליינעם פּראָטעסט אין געזי־פּאַרק אין איסטאַנבול איז אויסגעוואַקסן אַ ריזיקער פּראָטעסט אין גאַנץ טערקײַ קעגן ערדאָגאַן, וועמען מען האָט באַשולדיקט אינעם צוטיילן פֿאַר זיך צופֿיל כּוח. די ספּעציפֿישע טענות האָבן אַרײַנגענומען נײַע געזעצן וועגן אַלקאָהאָל און אויסשפּירן קעגן בירגער. די דעמאָנסטראַציעס זײַנען געוואָרן באַרעכטיקט, ווען די פּאָליציי האָט אַטאַקירט די דעמאָנסטראַנטן מיט גאַז און וואַסער-האַרמאַטן.

דער איצטיקער פּראָצעס פֿון קאָרופּציע ווײַזט נאָר, ווי נידעריק איז ערדאָגאַן געפֿאַלן. אויב עס איז נישט געווען גענוג, אַז ביז איצט האָבן זיך קעגנגעשטעלט נאָר אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, שטעלן זיך איצט קעגן אים אויך זײַנע פֿריִערדיקע איסלאַמיסטישע אָנהענגער. ערדאָגאַן פּרוּווט צו באַשולדיקן אין אַלע זײַנע פּראָבלעמען פֿעטהולאַ גולען, אַן איסלאַמיסטישע פֿיגור וואָס וווינט אין גלות, נוצנדיק זיך מיטן זעלבן לשון, וואָס די פֿרײַע האָבן אַ מאָל גענוצט קעגן גולען.