געמישטע חתונות אין ניו־יאָרק

Intermarriage in New York

אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון יעל בן־ציונס נײַער אויסשטעלונג
Yael Ben-Zion
אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון יעל בן־ציונס נײַער אויסשטעלונג

פֿון אַנאַ גאָלדענבערג (Forward)

Published January 22, 2014, issue of February 14, 2014.

אין סעפּטעמבער 2009, האָט מען אין ישׂראל דורכגעפֿירט אַ טעלעוויזיע־ און אינטערנעץ־קאַמפּאַניע קעגן די געמישטע חתונות, וועלכע האָט באַליידיקט אַ סך ייִדן אַרום דער וועלט, אַרײַנגערעכנט יעל בן־ציון — אַ ייִדישע פֿרוי, געבוירן אין אַמעריקע, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אין ישׂראל און האָט געלעבט אין ניו־יאָרק מיט איר פֿראַנצויזישן נישט־ייִדישן מאַן.

די 40־יאָריקע פֿאָטאָגראַפֿין האָט פֿאַרשפּרייט אויף דער אינטערנעץ אַ בקשה, פֿאַרבעטנדיק די געמישטע פּאָרפֿעלקער אין איר געגנט פֿון מאַנהעטן, וואַשינגטאָן־הײַטס, צו באַטייליקן זיך אין איר לעצטן פּראָיעקט „Intermarried‟ („געמישטע חתונות‟). אין דער זאַמלונג זענען אַרײַן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון 20 משפּחות, וואָס ווײַזן, ווי אַזוי די פּאָרפֿעלקער פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס אָדער ראַסעס פֿאַרברענגען בײַ זיך אין דער היים און דערציִען זייער קינדער. די בילדער גיבן אַ קוק אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון אַזעלכע משפּחות.

פֿינף פֿון די פֿאָטאָגראַפֿירע פּאָרפֿעלקער, אַרײַנגערעכנט, בן־ציון אַליין, זענען געמישטע משפּחות, וווּ דער מאַן אָדער די פֿרוי זענען ייִדן. אין די אַנדערע משפּחות פֿלעכטן זיך צונויף אַנדערע אמונות אָדער ראַסעס. די פֿאָטאָגראַפֿין האָט דערקלערט, אַז זי האָט נישט געשטעלט דעם ציל „דורכצופֿירן אַ סטאַטיסטישע פֿאָרשונג‟, נאָר האָט געוואָלט ווײַזן, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע מינים געמישטע פּאָרפֿעלקער לייזן זייער לעבנס־שוועריקייטן. אויף אַ טייל פֿאָטאָגראַפֿיעס זעט מען אַזעלכע קאָמבינאַציעס, ווי אַ קריסטלעכער קרייץ לעבן דעם אינדישן גאָט גאַנעשאַ אָדער אַ ביבל אין אַ בית־כּסא.

נאָך אומפֿאָרמעלע שמועסן, האָבן די באַטייליקטע געלאָזט בן־ציון זיי פֿאָטאָגראַפֿירן בײַ זיך אין דער היים. דערנאָך, האָט זי באַגלייט די בילדער מיט דערציילונגען וועגן דעם, ווי אַזוי די פּאָרפֿעלקער האָבן זיך געטראָפֿן און בײַגעקומען די קולטורעלע באַריערן. די פֿאָטאָגראַפֿין אַליין פּראַוועט סײַ די ייִדישע יום־טובֿים, סײַ דעם ניטל. פֿריִער האָט זי געאַרבעט ווי אַן אַדוואָקאַט, אָבער שפּעטער באַשלאָסן זיך אָפּצוגעבן מיטן פֿאָטאָגראַפֿירן. די איצטיקע פֿאָטאָ־זאַמלונג, אויסגעשטעלט איצט — ביזן 3טן פֿעברואַר — אינעם מאַנהעטענער „באָריקוואַ-קאָלעדזש‟, איז אויך פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק ווי אַ מאָנאָגראַפֿיע דורכן דײַטשישן „קערער־פֿאַרלאַג‟. דאָס איז שוין איר פֿערטע אויסשטעלונג.