„אונעסקאָ‟־אויסשטעלונג — אָפּגעהאַלטן

UNESCO Exhibit Postponed

שמעון וויזענטאַל, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2005, טרעט אויף אין „אונעסקאָ‟, בערך 10 יאָר צוריק
Getty Images
שמעון וויזענטאַל, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2005, טרעט אויף אין „אונעסקאָ‟, בערך 10 יאָר צוריק

פֿון ייִט״אַ

Published January 23, 2014, issue of February 14, 2014.

דער קולטורעלער אָפּטייל פֿון דער „יו־ען‟, „אונעסקאָ‟, האָט געמאָלדן, אַז די פּלאַנירטע אויסשטעלונג וועגן דעם היסטאָרישן קיום פֿון ייִדן אין ארץ־ישׂראל וועט אָפּגעלייגט ווערן — דערווײַל — אויף זעקס חדשים. די אָרגאַניזאַציע האָט דערקלערט, אַז די אויסשטעלונג, וואָס טראָגט, לויטן פּלאַן, דעם נאָמען „דאָס פֿאָלק, דאָס בוך, דאָס לאַנד: 3,500 יאָר פֿאַרבינדונגען צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און ארץ־ישׂראל‟, וועט זיך עפֿענען אין יולי, אינעם הויפּט־בנין פֿון „אונעסקאָ‟, צוליב די פֿאַרלענגערטע דיסקוסיעס מיטן „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟. אין דער אָרגאַניזאַציע פֿון דער אויסשטעלונג באַטייליקן זיך אויך די רעגירונגען פֿון קאַנאַדע און מאָנטענעגראָ.

דעם 15טן יאַנואַר, האָט אירינאַ באָקאָוואַ, די גענעראַל־דירעקטאָרין פֿון „אונעסקאָ‟, געזאָגט דעם „וויזענטאַל־צענטער‟, אַז די עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג וועט אָפּגעלייגט ווערן, כּל־זמן מע האָט נישט געלייזט געוויסע סתּירות. באָקאָוואַ האָט דערקלערט, אַז דער באַשלוס האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס איר אָרגאַניזאַציע שטיצט די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע.

הרבֿ מאַרווין היר, דער דעקאַן און גרינדער פֿונעם „וויזענטאַל־צענטער‟, האָט באַשטעטיקט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע פֿירט איצט אַ דיסקוסיע מיט „אונעסקאָ‟, האָפֿנדיק צו לייזן די סיטואַציע. דער „צענטער‟ איז קעגן דעם, וואָס „אונעסקאָ‟ וויל ענדערן געוויסע פּרטים פֿונעם טעקסט אויף די אילוסטרירטע פּאַנעלן. די אָפּהאַלטונג האָט צו טאָן מיט אַ צאָל טענות מצד די אַראַבישע לענדער, וועלכע האַלטן, אַז אַ טייל אידעען, וואָס די פּלאַנירטע אויסשטעלונג רעפּרעזענטירט, זענען סתּירותדיק און סכּנותדיק פֿאַרן שלום־פּראָצעס.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט פֿאַרדאַמט די אָפּהאַלטונג פֿון דער אויסשטעלונג; די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, האָט אויך „אויסגעדריקט אַן אַנטוישונג‟.