אויס טראַדיציעס, גיב מיר דעם ”אײַ־פּעד“

Forget Tradition, Just Give Me My iPad

אונטער דער חופּה פֿון אַ „זי” מיט אַ „זי”
אונטער דער חופּה פֿון אַ „זי” מיט אַ „זי”

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 24, 2014, issue of February 14, 2014.

דאָס ווערטל „וואָס וועלן מענטשן זאָגן?‟ גייט אונדז נאָך ווי אַ קאָזע, וואָס ווייסט זיך נישט וווּהין צו ווענדן. מענטשן מיינען, אַז עס שטייען סטאַדעס מיט מענטשן וואָס וועלן זיי טאַדלען און שעפּן זלידנע באַפֿרידיקונג פֿון יענעמס אומגליק. וויפֿל מאָל האָב איך געהערט: „ווייסט כאָטש, אַז איר שיינע טאָניע (טאָכטער) האָט זיך שוין געגט? געמיינט, אַז זי האָט אַרײַנגעכאַפּט אַ מציאה פֿון אַ חתן, דערווײַל איז אויס מיטן שבת־הגדול, ס’איז פֿיקס און פֿערטיק, זי האָט מיט אים געשלאָגן כּפּרות, פֿערטיק!‟

הײַנטיקע צײַטן איז אַ גט אַ טאָג־טעגלעך געשעעניש, אַ־לאַ־מאָד, אין דער מאָדע. קיינער פֿאַלט נישט אַרײַן אין אַ בהלה, ווען מ’דערוויסט זיך, אַז בײַ יענעם איז אויס מיט דער גדולה. יונגע פּאָרפֿעלקער לעבן צוזאַמען אַ שטיקעלע צײַט ביז ס’ווערט נימאס, פֿאַרשפּאָרט מען זיך אַ גט. אַלטע פּאָרפֿעלקער, נאָך צענדליקער יאָרן צוזאַמענלעבן, האָבן שוין אייניקלעך, באַשליסן זיך צו גטן. דער „וואָס וועלן מענטשן זאָגן?‟ — קומט שוין נישט אפֿילו אין באַטראַכט.

איצט קומען מיר צו געמישטע חתונות. אַ מאָל, אַ מאָל האָט מען שוין גערעדט און באַרעדט און מיטגעפֿילט מיט דער משפּחה, וווּ אַ טאָכטער האָט גענומען אַ שגץ פֿאַר אַ מאַן, און אַ זון אַ שיקסע. וויי, וויי — ס’אַראַ אומגליק, ס’אַראַ בראָך, ס’אַראַ צרה מיט שפּיצן. דער „וואָס וועלן מענטשן זאָגן?‟ — פֿון דעם קען מען זיך כּמעט ווי נישט ריינוואַשן.

הײַנט איז עס בכלל נישט גילטיק, מ’נעמט עס נישט אָן ווי אַ פּגימה. אונטער דער חופּה פֿירט מען דאָס געמישטע פּאָרל ווי ס’פֿירט זיך בײַ הײַנטיקע לײַטן, דער ראַבײַ טוט זיך ס’זײַניקע, באָמקעט צו „כּדת־משה וישׂראל,‟; דער גלח פּרעפּלט עפּעס פֿון זײַן „הייליק‟ העפֿטעלע, קיינער פֿאַרגיסט שוין נישט קיין טרערן, קיינער טראַכט שוין נישט „וואָס וועלן מענטשן זאָגן?‟, מע מאַכט שלום מיטן געדאַנק, אָבער נישט מיטן ווייטיק אין האַרצן; די קינדער האָבן זיך דערוועגט איבערצורײַסן די „גאָלדענע קייט‟, דער „וואָס וועלן מענטשן זאָגן?‟ — איז אַן אויסגעבלאָזן איי.

איצט קומען מיר צום געמיש פֿון ראַסעס. די טאָכטער אָדער דאָס אייניקל האָט זיך פֿאַרליאַפּעט אין אַ בחור, וואָס שטאַמט אָפּ פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. דער „וואָס וועלן די מענטשן זאָגן?‟ קומט אפֿילו נישט אין באַטראַכט. אויב יאָ, וועט מען זיי באַטראַכטן ווי ראַסיסטן. שווײַגט מען און מ’שלינגט אַראָפּ, נאָך אַלעמען, „ס’איז אַ נײַע וועלט!‟

איצט קומען מיר צו אַ נײַ געשעעניש אין דער פֿרײַער וועלט. וואָס טוט מען, אַז דער זון האָט דווקא זיך אויסגעקליבן אַ חבֿר, און נישט קיין חבֿרטע, און זיי האַלטן בײַ חתונה האָבן. די טאָכטער האָט זיך פֿאַרליבט אין איר „קאָלעזשאַנקע‟, און ביידע גייען וווינען צוזאַמען. דער זאָג „וואָס וועלן מענטשן זאָגן?‟ — האָט שוין פֿון לאַנג אויסגעדרייט דעם דאַשיק און געשטעלט פֿיס. מענטשן נעמען אָן דאָס געשעעניש פֿאַר גוט געלט, מע מאַכט שלום ושלוה דערמיט און מ’גייט מיט אַ טיר ווײַטער.

די וועלט איז אומגעדולדיק, זי שטייט נישט אויף איין אָרט; זי בײַט זיך פֿון טאָג צו טאָג, פֿון יאָר צו יאָר, אָבער דער עלטערער דור קען נאָך אַלץ נישט אײַנשטימען דערמיט. ער איז אויסגעוואַקסן אין גאָר אַנדערע באַדינגונגען; אין אַ וועלט, וואָס האָט זיך געדרייט אַרום דער טראַדיציע פֿון משפּחה און מיט אײַנגעפֿונדעוועטע טראַדיציעס און מינהגים, געהאַלטן פֿון אַלטע אײַנגלייבענישן אין מאָראַל און עטיק; דער עיקר, געלייגט דעם טראָפּ אויף אָנגעהעריקייטן צו אייגענע. מ’האָט זעלטן געבראָכן די אַלטע אײַנגעשטעלטע אויפֿפֿיר־קאָדעקסן, ווײַל „וואָס וועלן די מענטשן זאָגן?‟.

מיר לעבן אין אַ וועלט פֿון אָפּגעפֿרעמדקייט; טאַטע־מאַמע האָבן שוין אַ קליינע שליטה איבער די קינדער און אייניקלעך. נאָך אַלעמען, די יונגע ווייסן אַלצדינג בעסער. בײַ זיי דאָמינירט דער ראָסקאָש, זייער וועלט באַשטייט פֿון צוויי־דרײַ אויטאָס, מעכאַנישע טשאַטשקעס, ווי „אײַ־פּאַדס‟ און „אײַ־פּעדס‟, „סמאַרט־פֿאָון‟ און „פֿייס־בוק‟, „טוויטער‟, „קענדל‟, אַ „דזשי־פּי־עס‟, דער „אי־ביי‟ און „גוגל‟ — אין דעם באַשטייט זייער גאַנצע וועלט.

מיט אָט די מעכאַנישע תּענוגים פֿאַרנעמען זיך שוין צוויי און אַפֿילו דרײַ דורות. ווי נאָר דאָס תּכשיטל עפֿנט די אייגעלעך, אַזוי באַגליקט מען עס מיט אַן „אײַ פּעדל‟; דאָס ערשטע וואָרט וואָס אַזאַ קוציקל רעדט אַרויס איז — „גוגל‟. קיינער קען זיך שוין נישט באַגיין אָן די מאַריאָנעטלעך, וואָס קערן איבער די וועלט. די צאַפּל־פֿאָקוס־מײַסטערס פֿאַרנעמען שוין דעם ממלא־מקום פֿון משפּחה און קרובֿים; זיי פֿאַרבײַטן זייערע אייגענע אויף די עלעקטראָנישע המצאות; ס’איז ממש אַ ווירוס, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט די פֿעלקער איבער דער וועלט.

עס דערמאָנט מיך אין י. ל. פּרצעס לאַנגער דיכטונג, וואָס רופֿט זיך „מאָניש‟, ווען די שיינע מאַרי האָט פֿאַרכּישופֿט, האָט אַראָפּגעפֿירט פֿון וועג דעם פֿרומען בחור מיט איר זינגען, מיט אירע לאַסקעס, מיט איר צוזאָג צו זײַן זײַנע. און מאָניש, דער עילוי פֿון שטעטל, איז נאָכגעגאַנען אירע פֿוסטריט, ווי אַ תּם־יויניק. זיכער, האָט עס געהאַט צו טאָן מיט דער השׂכּלה, ווי זי האָט פֿאַרפֿירט און אַראָפּגעפֿירט פֿון וועג די אַלטע, אײַנגעשטעלטע געזעצן, פֿון וועלכע ייִדן האָבן געשעפּט זייערע וואָרצלען. פֿון דעמאָלט אָן זײַנען מיר געקומען צום שׂכל, אַז אַלץ וואָס די ייִדישע וועלט דרשנט, איז נישט אין הסכּם מיט אונדזערע חלומות און אידעאַלן.

טראַכט איך זיך, אַז אַלץ איז באמת אָפּהענגיק פֿון עלעקטריע. אויב חלילה עס גייט אויס די ליכט אין אונדזערע מקומות, בלײַבט אַלץ שטיין, און מיר וועלן מוזן זיך צוריקקערן צום קעראָסין־לעמפּל, צום וואַש־ברעטל, צום סאַמאָוואַר, צום טשײַניק, צום ריב־אײַזן, ווײַל מיר זײַנען אָפּהענגיק אין עלעקטרישן שטראָם, ווי אַ קינד נייטיקט זיך אין דער מאַמעס ברוסט.

מיר וועלן זיך אויפֿהערן צו אָריענטירן אָן בענזין, אָן „פֿרידזשידערן,‟ אָן וואַש־ און טריקן־מאַשינען, טעלעפֿאָנען און צעלולאַרע טעלעפֿאָנדלעך; מאַגאַזינען, פֿול מיט האָב־און־גוטס, פֿון עסנוואַרג און געטראַנקען; רעסטאָראַנען און עראָפּלאַנען, לוקסוס־שיפֿן, וואָס פֿירן אונדז איבער דער וועלט; און כ’הייב נישט אָן צו וויסן, צו וועלכער תּקופֿה מיר וועלן זיך אומקערן אָן דער עלעקטרישער טעכנאָלאָגיע? אפֿשר גאָר צו די סאַמע האָמאָ־סאַפּיענס, און זיי דערציילן וועגן די וווּנדערן פֿון אונדזער וועלטל? דער רוח ווייסט עס.