אַ פּריוואַטער חורבן־מוזיי

Private Holocaust Museum

אירענאַ וואָדזיסלאַווקסי אין איר מוזיי
Reuters/Ronen Zvulun
אירענאַ וואָדזיסלאַווקסי אין איר מוזיי

פֿון רונן זבֿולון (רויטערס)

Published January 28, 2014, issue of February 14, 2014.

אַן עלטערע פֿרוי אינעם ייִשובֿ אַריאל, מערבֿ־ברעג, האָט בײַ זיך אין שטוב אַן אייגענעם מוזיי, וווּ שיל־קינדער און יונגע־לײַט קאָנען זיך באַקענען מיט דער געשיכטע פֿונעם חורבן. די 77־יאָריקער אירענאַ וואָדזיסלאַווקסי האָט איבערגעגעבן, אַז איר פֿאַרשטאָרבענער מאַן, יעקבֿ, האָט געגרינדעט דעם פּראָיעקט אינעם יאָר 2003. אַ סך זײַנע קרובֿים זענען אומגעבראַכט געוואָרן, צוזאַמען מיט ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן, אינעם שטעטל טשענסטעכאָוו. דער גרינדער פֿונעם מוזיי האָט באַטראַכט זײַן פּראָיעקט ווי אַ מין „נקמה‟ פֿאַר דער נאַצי־רציחה.

אינעם מוזיי ווערן געוויזן 1,000 פֿאַרשיידענע אָביעקטן פֿון חורבן־תּקופֿה — למשל, פּאָסט־קאַרטלעך פֿון קאָנצענטראַציע־לאַגערן און די געשטרײַפֿטע אוניפֿאָרמען פֿון די אַסירים. דער צענטראַלער ישׂראלדיקער חורבן־מוזיי אין ירושלים, „יד־ושם‟, פֿירט כּסדר דורך ספּעציעלע טורן פֿאַרן יונגן דור. וואָדזיסלאַווקסי גלייבט אָבער, אַז ווי אַ פֿרוי, וואָס האָט אַליין איבערגעלעבט דעם חורבן, קאָן זי געבן די באַזוכער פֿון איר קליינעם מוזיי אַן אוניקאַלע פּערספּעקטיוו.

אין פּרעמישל, וווּ וואָדזיסלאַווקסי האָט געלעבט ווי אַ קליין מיידל, האָט זי זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס בײַ אַ קריסטלעכער משפּחה. איר מאַמע איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אינעם ייִדישן געטאָ. נאָך דער מלחמה איז זי אַוועקגעפֿאָרן פֿון אייראָפּע קיין פּאַלעסטינע. פֿאַר דער פּענסיע, האָט זי געאַרבעט ווי אַן איזשעניר־כעמיקער אינעם ישׂראלדיקן שוץ־מיניסטעריום. אַ סך עקספּאָנאַטן אינעם מוזיי האָט זי געזאַמלט, צוזאַמען מיט איר מאַן, בעת זייערע נסיעות איבער מיזרח־אייראָפּע, וווּ זיי האָבן ספּעציעל געזוכט מאַטעריאַלן, וואָס קאָנען העלפֿן אָפּצוהיטן דעם זכּרון פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין די צעשטערטע ייִדישע קהילות.

דער מוזיי געפֿינט זיך אין אַ פֿיר־שטאָקיק הויז. וואָדזיסלאַווקסי האָט איבערגעגעבן, אַז די פּשוטסטע אָביעקטן רופֿט אַרויס בײַ די באַזוכער דעם גרעסטן אינטערעס — למשל, אַ פּאָסט־קאַרטל פֿון אַ פֿרוי מיטן נאָמען חנה לאַם, וועלכע האָט עס אַרויסגעשיקט דעם 19טן מײַ, 1941, פֿונעם וואַרשעווער געטאָ. אינעם קאַרטל ווערט דערציילט, ווי די ייִדן אין געטאָ האָבן שרעקלעך געהונגערט.

די בעל־הביתטע האָפֿט, אַז דער מוזיי וועט ווײַטער פֿונקציאָנירן נאָך איר טויט. ס׳רובֿ לענדער האַלטן, אַז אַריאל איז אַן אומלעגאַלער ייִשובֿ, אָבער ישׂראל קלײַבט זיך עס נישט אָפּגעבן די פּאַלעסטינער. וואָדזיסלאַווקסי האָט באַטאָנט, אַז זי האָט באַשלאָסן צו וווינען אין אַזאַ אָרט צוליב די נידעריקע פּרײַזן פֿון די הײַזער, אָן קיין פּאָליטישע מאָטיוואַציעס. אין אַן אַנדער אָרט וואָלט זי נישט געהאַט גענוג אָרט צו שאַפֿן דעם מוזיי.