„שטיסל‟ ווערט פּאָפּולער אין דער וועלט

Haredi TV Drama Poised as Breakout Hit

פֿון ריני גערט־זאַנד (Forward)

Published January 28, 2014, issue of February 14, 2014.

אַ סצענע פֿונעם סעריאַל „שטיסל‟
אַ סצענע פֿונעם סעריאַל „שטיסל‟

די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל‟, וואָס שילדערט דאָס לעבן פֿון אַ חרדישער משפּחה אין ירושלים, ווערט פּאָפּולער נישט בלויז אין ישׂראל, נאָר אויך אין די אַנדערע לענדער. די וואָך האָט מען איבערגעגעבן, אַז די פֿראַנצויזישע פֿירמע Pretty Pictures און דער שוועדישער טעלעוויזיע־קאַנאַל Axess האָבן געקויפֿט דאָס רעכט צו ווײַזן און פֿאַרשפּרייטן די פּראָגראַם אין אויסלאַנד.

„שטיסל‟ האָט שוין געוווּנען 10 פּריזן אין ישׂראל. די וואָך שפּילט מען די פּראָגראַם אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל FIPA אין ביאַריץ, פֿראַנקרײַך. אין מאַרץ, וועט מען עס ווײַזן אויף אַ ריי ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן, אָנהייבנדיק פֿון וואַשינגטאָן.

די פּראָגראַם דערציילט פּרטימדיק וועגן דעם חרדישן לעבנס־שטייגער. אַ וועלטלעכער צוקוקער האָט געזאָגט דעם Forward, אַז נישט געקוקט אויף דער ספּעציפּישער טעמע, איז „שטיסל‟ אים געפֿעלן געוואָרן צוליב דער אַלמענטשלעכער סענסיטיווקייט פֿונעם סעריאַל. די חרדים ווערן געשילדערט ווי פּונקט אַזעלכע מענטשן, מיט פֿאַרשיידענע שוועריקייטן און עמאָציעס, ווי דער וועלטלעכער עולם.

אַן אַנדער סיבה, פֿאַרוואָס „שטיסל‟ איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, איז דער הויכער אַרטיכטישער ניוואָ. דער רעזשיסאָר אַלון זינגמאַן האָט עס געשאַפֿן מיט די סצענאַריסטן יונתן אינדורסקי און אורי אַלון, דעם קינעמאַטאָגראַפֿיסט רוי ראָט און אַ צאָל באַקאַנטע אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט דובֿ גליקמאַן, מיכאל אַלוני, נטע ריסקין און איילת צורער.

איצט ווערט צוגעגרייט דער צווייטער סעזאָן פֿונעם סעריאַל. נישט לאַנג צוריק, האָט מען איבערגעגעבן, אַז דער פּאַלעסטינער זשורנאַליסט און שרײַבער סאַיִד קשוע וועט רעדאַקטירן די נײַע סעריע פֿון עפּיזאָדן.