אַ בהלה אין באָראָ־פּאַרק

An Illegal Taxi Creates a Chaotic Scene in Brooklyn


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 28, 2014, issue of February 14, 2014.

אַ גאָר מאָדנער און עקלדיקער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 19טן יאַנואַר, אין באָראָ פּאַרק, נאָך דעם וואָס אַ גרופּע אַגענטן פֿון דער „טאַקסי־און לימוזין־קאָמיסיע‟, (אַ שטאָטישע אַגענטור, וואָס באַהאַנדלט די ענינים פֿון טאַקסיס, לימוזינען און אַנדערע פּריוואַט־באַצאָלטע טראַנספּאָרט־מיטלען, האָבן אָפּגעשטעלט אַן אויטאָ.

לויט אַלאַן פֿרומבערג, דער וואָרטזאָגער פֿונעם Taxi and Limousine Commission האָבן די אַגענטן געזען, ווי דער שאָפֿער ניצט זײַן אויטאָ ווי אַ טאַקסי ניט האָבנדיק קיין געהעריקע קוואַליפֿיקאַציעס. „דער אופֿן, ווי אַזוי די אַגענטן האָבן עס געטאָן איז געווען אין גאַנצן לעגיטים‟, האָט פֿרומבערג איבערגעגעבן, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „די אַגענטן האָבן אָבסערווירט ווי דער שאָפֿער האָט אַרײַנגעזעצט פּאַסאַזשירן, און עס האָט אויסגעזען, ווי ער פֿירט אָן מיט אַ פֿאַרדונגענער אויטאָ (בלע׳׳ז for-hire vehicle), אָבער אָן דער געהעריקער ליצענץ. די אַגענטן האָבן נאָכגעפֿאָלגט דעם אויטאָ און אָבסערווירט דאָס אָרט, וווּ מע האָט אַרויסגעלאָזט די פּאַסאַזשירן. דערנאָך האָבן זיי איבערגערעדט מיט די פּאַסאַזשירן און באַשטעטיקט, אַז זיי האָבן באַצאָלט $20 דאָלאַר פֿאַרן פֿאָרן.‟

בשעתן שרײַבן אַ רוף־צעטל אין געריכט, האָבן די פֿאַרבײַגייער זיך אָנגעהויבן פֿאַרזאַמלען. דער עולם האָט געמיינט, אַז עס האַנדלט זיך וועגן אַ פֿרומען ייִד, וואָס האָט פֿרײַוויליק אַרײַנגעזעצט אַ „לינקן‟ פּאַסאַזשיר. צו נעמען אָן אומבאַקאַנטע פּאַסאַזשירן אָן מאָנען געלט, איז גאָר אַ פֿאַרשפּרייטע זאַך בײַ די אַמעריקאַנער חסידים. דער עולם איז געוואָרן באַאומרויִקט און דער מצבֿ איז אין גיכן אָנגעשטרענגט געוואָרן. „עס האָבן זיך אָנגעהויבן צונויפֿזאַמלען מענטשן און ס׳איז גיך געוואָרן כאַאָטיש‟, האָט פֿרומבערג איבערגעגעבן. „די אַגענטן פֿון דער TLC האָבן אַרויסגערופֿן די פּאָליציי, כּדי זיי זאָלן אונדז קענען העלפֿן צו קאָנטראָלירן דעם עולם.‟

אין אַ ווידעאָ פֿונעם אינצידענט, וואָס מע האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟, קען מען זען ווי עס האָט זיך אין גיכן פֿאַרזאַמלט אַ גרויסע מחנה חסידים, וואָס האָבן בכּיוון געשטערט דער פּאָליציי, און זיי ניט געלאָזט אַוועקשלעפּן דעם אויטאָ. אינעם ווידעאָ הערט מען ווי עמעצער רופֿט דעם עולם אויף ייִדיש ניט צו דערלאָזן, אַז די פּאָליציי זאָל קענען אַוועקנעמען דעם אויטאָ. בעת די פּאָליציי האָט פּרובירט צו באַרויִקן דעם עולם, האָט אַ מאַן געשריגן הויך אויף אַ קול אויף ענגליש מיט אַ קלאָרן ייִדישן אַקצענט „אַנטיסעמיטן. ראַסיסטן. ראַסיזם. דאָס איז ראַסיזם. שׂינאה צו אונדזער רעליגיע. איר ברעכט אונדזערע רעכט!‟ און נאָך און נאָך אַזעלכע רייד. אַ צווייטער מאַן האָט געשריגן אין דער זעלביקער צײַט, אויך אויף ענגליש מיט אַ טיפֿן ייִדישן אַקצענט: „גייט אַוועק פֿון אונדזער געגנט, אַרויס!‟

נאָך דעם וואָס דער ערשטער מענטש האָט געלאָזט וויסן דער פּאָליציי, אַז מע וועט זיי אין גיכן שטעלן פֿאַר אַ געריכט און אַז זיי וועלן „פֿאַרלירן זייער אַרבעט‟, קען מען הערן ווי אַן אַנדער מאַן רופֿט צו אַ גרופּע קינדער און זאָגט אויף ייִדיש, אַז זיי זאָלן זיך שטעלן צווישן דעם עולם און דער פּאָליציי. דערנאָך האָט דער ערשטער מאַן געשריגן אויף ענגליש: „מיר פֿאָרן צוריק מיט 70 יאָר. קאָמוניסטישע רוסלאַנד. נאַצי־דײַטשלאַנד! אַזוי איז עס. דאָס איז ווידער אַ מאָל נאַצי־דײַטשלאַנד. קרישטאָלנאַכט 1939, דאָס איז וואָס איר זענט!‟

בשעת אַ פּאָר אַנדערע פֿאַרזאַמלטע צווישן דעם עולם, וואָס איז געוואַקסן שוין ביז מער ווי 50 מענטשן, האָבן איבערגעחזרט די לאָזונגען וועגן ראַסיזם, קאָמוניסטיש־רוסלאַנד און „קרישטאָלנאַכט‟, האָט די פּאָליציי פּרובירט, אָן דערפֿאָלג, צו צעשפּאַלטן דעם המון, זיי זאָלן אַ פּנים, קענען אַוועקנעמען דעם אויטאָ.

אַ צווייטער ווידעאָ, וואָס ווײַזט נאָך מער פֿונעם אינצידענט, איז גאָר ענלעך צום ערשטן, אָבער די סיטואַציע זעט אויס אַפֿילו נאָך מער אָנגעשטרענגט. דער צווייטער מענטש, וואָס האָט געהאַלטן אין איין שרײַען: „אַרויס! גייט אַרויס פֿון אונדזער געגנט‟ — הייבט אָן ווילד צו שעלטן אויף ענגליש מיט זידלונגען, וואָס זענען צו מיאוס אָנצושרײַבן זיי אין אונדזער צײַטונג.

אינעם צווייטן ווידעאָ זעט מען אויך ווי דער חסיד, וועלכער האָט פֿריִער גערופֿן די קינדער, פֿירט זיי אין מיטן פֿון דער גאַס, אַ פּנים, זיי זאָלן שטערן דעם אויטאָ.

לויט דער באַשרײַבונג פֿונעם פֿילם אויף „יו־טוב‟ און פֿאַרשידענע קאָמענטאַרן אויף די בלאָגן, האָבן די פּאָליציאַנטן פֿונעם 66סטן קאָמיסאַריאַט (Precinct) געזאָגט די טאַקסי־און־לימוזין אַגענטן, אַז זיי טאָרן ניט אַוועקשלעפּן דעם אויטאָ. די חסידישע בלאָגערס האָבן דאָס אָנגענומען ווי אַ נצחון און געמיינט, אַז דאָס הייסט, אַז די TLC אַגענטן האָבן געמאַכט אַ טעות. אָבער פֿרומבערג האָט איבערגעגעבן, אַז מע האָט, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן ניט אַוועקצושלעפּן דעם אויטאָ, ווײַל ער האָט ניט געהערט צום שאָפֿער. „מע האָט שפּעטער געשיקט אַ רוף־צעטל צום געריכט‟, האָט פֿרומבערג צוגעגעבן.

לויט פֿאַרשידענע באַריכטן, וואָס האָבן זיך לעצטנס באַוויזן אויף די חסידישע וועבזײַטן, האַלט איצט דער TLC אין אויספֿאָרשן די חסידישע טאַקסי־דינסטן, וואָס ווערן אָנגערופֿן „קאַר־סערוויסעס‟ (בלע׳׳ז Car Services), כּדי צו באַשטעטיקן, אַז די פֿירמעס האָבן די געהעריקע דערלויבענישן, צערטיפֿיקאַטן און ליצענצן, וואָס מע דאַרף, כּדי לעגאַל אָנצופֿירן מיט אַזאַ געשעפֿט. פֿרומבערג האָט באַשטעטיקט, אַז דער TLC איז יאָ לעצטנס געוואָרן מער אַקטיוו אין דער געגנט, צוגעבנדיק, אַז סײַ דער אָרטיקער פּאָליציייִשער קאָמיסאַריאַט און סײַ פֿאַרשידענע באָראָ־פּאַרקער חסידישע עסקנים האָבן דעם TLC בפֿירוש געבעטן, מע זאָל האַלטן אַן אויג אויף די דאָרטיקע „קאַר־סערוויסעס‟, כּדי צו באַשיצן דעם ציבור פֿון אומלעגאַלע געשעפֿטן. „ס׳איז אמת, אַז מע זעט אונדז מער לעצטנס אין באָראָ פּאַרק‟, האָט פֿרומבערג דערקלערט.

ניט געקוקט אויפֿן אומגעוויינטלעכן אָנגעשטרענגטן מצבֿ, איז די אַרבעט פֿונעם TLC אָנגעגאַנגען נאָרמאַל. „די אַגענטן האָבן געטאָן זייער אַרבעט‟, האָט פֿרומבערג דערקלערט. „זיי האָבן דאָס געטאָן אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן, אַזוי גוט ווי זיי האָבן נאָר געקענט. מע דאַרף פֿאַרשטיין, אַז ווען מיר שטעלן אָפּ אומלעגאַלע פּריוואַטע טאַקסיס, באַשיצן מיר דעם ברייטערן עולם. מיר פֿאַרזיכערן, אַז די אויטאָס ווערן אינספּעקטירט, אַז די פֿירמעס באַצאָלן פֿאַר אַ העכערער פֿאַרזיכערונג; אַז די שאָפֿערן מאַכן אַדורך טעסטן פֿאַר נאַרקאָטיקן, און אַז מע רעגיסטרירט די אויטאָס ווי געהעריק. מיר מאַכן זיכער, אַז יעדעס מאָל, וואָס מע באַצאָלט פֿאַר אַ נסיעה אין אַן אויטאָ, האָט מען צו טאָן מיט אַן עכטן טאַקסי־שאָפֿער, און ניט סתּם אַ צופֿעליקן מענטש, וואָס באַשליסט פֿאַר זיך אַליין, אַז ער וויל זײַן אַ טאַקסי־שאָפֿער.‟

ביז מאָנטיק, דעם 27סטן יאַנואַר, האָבן מער ווי 14,000 מענטשן געזען די ווידעאָס אויף „יו־טוב.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.