ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 29, 2014, issue of February 14, 2014.

אין אָנדענק פֿון 27סטן יאַנואַר, 1945

די וויכטיקסטע דאַטע די וואָך איז דער 27סטער יאַנואַר — דער אָנדענק־טאָג נאָך די חורבן־קרבנות. דווקא אין דעם טאָג אין 1945 האָט די סאָוועטישע אַרמיי באַפֿרײַט אוישוויץ.

אין די שולן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאָרגעקומען אָנדענק־צערעמאָניעס, מע האָט אָנגעצונדן ליכט, לזכר די אומגעבראַכטע. אַזאַ צערעמאָניע האָט מען דורכגעפֿירט אויך אינעם ייִדישן מוזיי, אין וועלכער ס‘האָבן אָנטייל גענומען די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל, דורית האָלענדער; דער אַמבאַסאַדאָר פֿון בולגאַריע, בויקאָ קאָצעוו, און אויך די אַמבאַסאַדאָרן פֿון האָלאַנד און אירלאַנד; דער דריטער מענטש אינעם רוסישן חב‟ד, ברוך גאָרין; און פֿאַרטרעטער פֿון אַנדערע קאָנפֿעסיעס, קריסטן און מוסולמענער, וואָס האָבן גערעדט וועגן דער נייטיקייט פֿון קאַמף קעגן געוואַלט און האַס.

נאָך זײַן רעדע האָט יעדער אָנטייל־נעמער געקענט אָנצינדן די ליכט. מע האָט אויך דעמאָנסטרירט דעם לעצטן און באַרימטסטן פֿילם וועגן חורבן — „שיכעלעך‟, געמאַכט אין רוסלאַנד פֿונעם רעזשיסאָר קאָנסטאַנטין פֿאַמס. עס ווערן אין דעם פֿילם געוויזן נאָר פֿיס, שיך, אַ פּאָדלאָגע און ערד; און די געשיכטע פֿונעם חורבן ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ געשיכטע פֿון אַ פּאָר רויטע שיכעלעך, וואָס אַ יונגע ייִדישע פֿרוי האָט געקויפֿט אין פּאַריז פֿאַר דער מלחמה, און וואָס זײַנען פֿאַרבלײַבן נאָך איר אין אוישוויץ.

יוסף באַו און זײַנע צייכענונגען

יוסף באַו
יוסף באַו

דער ייִדישער מוזיי האָט אויך צוגעגרייט אַן אויסשטעלונג בשם „חורבן דורך די אויגן פֿון אַן אַסיר‟ — עס ווערן אויסגעשטעלט צייכענונגען פֿון יוסף באַו, וואָס איז אין דער צײַט פֿון דער מלחמה געווען אַ קאַצעטלער אינעם אַרבעט־לאַגער פּלאַשוּוו, אין פּוילן, און דערנאָך אין בריניץ, טשעכאָסלאָוואַקײַ. אַ טייל פֿון באַוס געשיכטע איז גוט באַקאַנט, ווײַל ער איז געוואָרן אַ פּראָטאָטיפּ פֿון אַ העלד אין ספּילבערגס פֿילם „שינדלערס רשימה‟. אין לאַגער האָט ער געטראָפֿן זײַן באַשערטע און מיט איר חתונה געהאַט.

זײַן לעבן נאָך דער מלחמה איז געווען ניט ווייניקער אינטערעסאַנט. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1920 און געשטאָרבן אין 2002, דאָס הייסט, געלעבט 82 יאָר. אין 1950 האָט ער און זײַן ווײַב און זייער קליינע טאָכטער עולה געווען קיין ישׂראל. דאָרטן האָט ער געאַרבעט ווי אַ צייכענער, און געצייכנט אַנימאַציע און טיטלען פֿאַר באַרימטע ישׂראלדיקע פֿילמען פֿון יענע יאָרן, צווישן זיי „קזבלן‟ און „סלאך שבתי‟. ער איז געווען איינער פֿון די פּיאָנערן פֿון דער ישׂראל־אַנימאַציע, געמאַכט פֿילמען און רעקלאַמעס. ער האָט אויך אָנגעשריבן און אַרויסגעגעבן עטלעכע אילוסטרירטע ביכער, צווישן זיי — די זכרונות פֿון חורבן־יאָרן בשם „שנות תרצ”ח‟.

אינעם ייִדישן מוזיי ווערן פֿאָרגעשטעלט דווקא זײַנע זכרונות און צייכענונגען. די אויסשטעלונג וועט דויערן בלויז עטלעכע טעג, ביזן 2טן פֿעברואַר.

„הילל‟: אַ שפּיל, געווידמעט אַריאל שרון

דעם 26סטן יאַנואַר האָט די מאָסקווער ייִדישע סטודענטישע אָרגאַניזאַציע „הילל‟ דורכגעפֿירט אַן אינטערעסאַנטע באַגעגעניש — אַ לעקציע אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שפּיל, געווידמעט אַריאל שרון. דעם עולם האָט מען צעטיילט אויף עטלעכע גרופּעס, און יעדע גרופּע האָט באַקומען אַן אויפֿגאַבע אָנצונעמען אַן אייגענעם באַשלוס, געפֿינענדיק זיך אין דער סיטואַציע, אין וועלכער ס‘האָט זיך געפֿונען שרון אין געוויסע שטאַפּלען פֿון זײַן קאַריערע — אין דער אַרמיי און אינעם פּאָליטישן לעבן; דאָס הייסט, טראַכטן און פּועלן פֿאַרן הויפּט־העלד און אַנשטאָט אים. דער דאָזיקער זשאַנער, וואָס געפֿינט זיך צווישן אַ לעקציע און אַ קוועסט, גיט די מעגלעכקייט צו לערנען מיט סטודענטן אַ ברייטן מאַטעריאַל, און פֿאַר די סטודענטן — צו פֿילן, וויפֿל און וואָס גענוי קען אָפּהענגען פֿון איין באַשלוס.

די לעקציע האָט דורכגעפֿירט דער טוער פֿון „הילל‟, אַ באַרימטע פּערזענלעכקייט אינעם אַקאַדעמישן לעבן, דאָקטאָר, דאָצענט פֿון מאָסקווער אוניווערסיטעט און מיטאַרבעטער פֿונעם אינסטיטוט פֿון עקאָנאָמיע, דמיטרי מאַריאַסיס.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.