נײַע ייִדישע קהילה אין בערלין

New Jewish Community in Berlin

דרײַ פֿון די ייִנגסטע מיטגלידער פֿון דער נײַער קהילה שפּילן זיך אינעם „ראָנאַלד לאַודער קינדערגאָרטן‟ אַנטקעגן איבער.
דרײַ פֿון די ייִנגסטע מיטגלידער פֿון דער נײַער קהילה שפּילן זיך אינעם „ראָנאַלד לאַודער קינדערגאָרטן‟ אַנטקעגן איבער.

פֿון ייִט״אַ

Published January 30, 2014, issue of February 14, 2014.

אַ נײַע שיל אינעם געוועזענעם מיזרח־בערלין האָט דינסטיק געפֿײַערט איר חנוכּת־הבית.

אין אַ מאָדנעם צופֿאַל, האָט די נײַע עדה, „קהל עדת־ישׂראל‟, כּמעט דעם זעלבן נאָמען ווי אַ צווייטע שיל אין בערלין, Israelitische Synagogen Gemeinde Adass Jisroel, וואָס געפֿינט זיך איצט אין אַ לעגאַלן פּלאָנטער און גרויסע חובֿות, נאָך דעם ווי מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, אַז זי האָט בכלל נישט קיין מיטגלידער.

בעת דער צערעמאָניע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער 100־יאָריקער סינאַגאָגע „בית־ציון‟, האָט אַ גרופּע ייִדן, וועלכע שטאַמען אָפּ פֿון די רבנים פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער שיל „עדת־ישׂראל‟, סימבאָליש איבערגעגעבן די לייצעס אַ נײַעם דור.

די נײַע גרופּע פֿון 250 מיטגלידער באַשטייט פֿון אַ סך יונגע משפּחות און סטודענטן פֿון דער „סקאָבלאָ־שיל און דערציִונג־צענטער‟, און דעם „אָרטאָדאָקסישן ראַבינער־סעמינאַר פֿון בערלין‟ — צוויי אַנשטאַלטן, וואָס געפֿינען זיך אונטער דער נעץ פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס אויפֿן נאָמען פֿון ראָנאַלד לאַודער.

הגם די נײַע שיל איז נישט קיין טייל פֿון דער אָפֿיציעלער בערלינער קהילה, האָט דזשאָש ספּינער, אַ מיטגליד פֿון דער נײַער עדה, און עקזעקוטיוו־וויצע־פּרעזידענט פֿון דער „ראָנאַלד לאַודער פֿונדאַציע‟, געזאָגט, אַז ער האָפֿט, אַז מע וועט פֿאָרט קאָנען אַרבעטן צוזאַמען. דער „צענטראַלער ראָט פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד‟ האָט שוין געגעבן איר פֿולשטענדיקע הסכּמה פֿאַר דער נײַער קהילה.

פֿון דעסטוועגן, וועט מסתּמא נישט פֿאָרקומען קיין קאָאָפּעראַציע מיט דער צווייטער שיל מיטן ענלעכן נאָמען. דער פּרעזידענט פֿון יענער „שיל אָן מיטגלידער‟, מאַריאָ אָפֿענבערג, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז ער ווייסט „כּמעט גאָרנישט‟ וועגן דער נײַער גרופּע, און נעמט אָן „אַ נייטראַלע שטעלונג‟.

בדרל־כּלל, ווען אַ שיל דערקלערט, אַז זי איז פֿאַרבונדן מיט אַ פֿאַר־מלחמהדיקער סינאַגאָגע, קאָן זי באַקומען פֿאַרגיטיקונג, אָבער ספּינער טענהט, אַז די נײַע עדה איז בלויז פֿאַראינטערעסירט אינעם גײַסטיקן המשך פֿון דער שיל.