ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 31, 2014, issue of February 28, 2014.

רעפֿעראַטן און געשעענישן אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק

בײַם ייִוואָ: י. ל. פּרץ אין דער צײַט פֿון רעוואָלוציע

דאָנערשטיק, דעם 6סטן פֿעברואַר, 7 אַזייגער אין אָוונט, וועט ד׳׳ר מיכאל שטיינלויף פֿון גרעץ־קאָלעדזש (פֿילאַדעלפֿיע) האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ אויף דער טעמע „י. ל. פּרץ אין דער צײַט פֿון רעוואָלוציע‟. דער רעפֿעראַט וועט באַהאַנדלען די דורכגעפֿאַלענע רעוואָלוציע פֿון 1905 אין וואַרשע, און ווי אַזוי זי האָט באַווירקט אויף פּרץ. נאָכן רעפֿעראַט וועט ד׳׳ר שטיינלויף דיסקוטירן אויף דער טעמע מיט ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי (ראָטגערס אוניווערסיטעט). פֿאַר בילעטן, קלינגט אָן 4444־868־212.

שרײַבקרײַז בײַ מינדי רינקעוויטשן

זונטיק, דעם 9טן פֿעברואַר 2014, 3 אַזייגער נאָכמיטאָג וועט פֿאָרקומען אַ שרײַבקרײַז בײַ מינדי רינקעוויטשן אין דער היים אין מאַנהעטן. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, קלינגט אָן לאה ראָבינסאָן 4445־242־212.

ערשטע טרעפֿונג פֿונעם „נײַעם ייִדישן לינגוויסטן־קרײַז‟

זונטיק, דעם 9טן פֿעברואַר, 5 אַזייגער נאָכמיטאָג וועט פֿאָרקומען די ערשטע טרעפֿונג פֿונעם „נײַעם ייִדישן לינגוויסטן־קרײַז‟. דער פּראָיעקט, אָנגעפֿירט פֿונעם „לייענזאַל‟ און „יוגנטרוף‟, וועט אײַנאָרדענען אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער לינגוויסטיק. מע פּלאַנירט, אַז די סעריע זאָל פֿאָרקומען איין מאָל אַ חודש.

דער ערשטער רעפֿעראַט, פֿון דזשאָרדין קוציק, באַהאַנדלט די געשיכטע און סאָציאָלינגוויסטיק פֿון דער חסידישער קינדער־ליטעראַטור אין אַמעריקע. דער רעפֿעראַט קומט פֿאָר בײַם לינגוויסטישן־אָפּטייל פֿון דעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, אויף 10 וואַשינגטאָן פּלייס.

פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט https://www.facebook.com/events/180795045464651.


ייִדיש־קלאַסן און פּראָגראַמען איבער דער וועלט

נײַע לעקציעס פֿון „ייִדיש־פּאָפּ‟ דערשינען

דער וועבזײַט „ייִדיש־פּאָפּ‟, וואָס לערנט ייִדיש דורך אינטעראַקטיווע קאַריקאַטורן אין פֿאָרעם פֿון אַ קאָמפּיוטער־שפּיל, האָט לעצטנס פֿאַרענפֿנטלעכט פֿינף נײַע לעקציעס, וואָס באַהאַנדלען, ווי אַזוי צו קאָניוגירן ווערבן אין דער איצטיקער צײַט, ווי אַזוי מע דאַרף אויסלייגן לשון־קודשדיקע ווערטער, די כּללים פֿון ייִדישן סינטאַקס און דער אימפּעראַטיוו אויף ייִדיש, למשל: (דו) לויף! (איר) לויפֿט! פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט //yiddishpop.com

ייִדיש־קלאַס בײַם „חדר‟ אין קראָקע

דינסטיק, דעם 18סטן פֿעברואַר, הייבט זיך אָן אַ נײַעם קלאַס אין ייִדישער שפּראַך פֿאַר אָנהייבערס בײַם „חדר‟ אין קראָקע. דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן דינסטיק, 7 אַזייגער אין אָוונט, ביזן 22סטן אַפּריל. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט office@jewishfestival.pl

ייִדיש־קלאַסן בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק

אַ נײַע סעריע קלאַסן אין ייִדישער שפּראַך הייבט זיך אָן דעם 17טן פֿעברואַר בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק.

די קלאַסן פֿאַר אָנהייבערס קומען פֿאָר יעדן מאָנטיק, 6:30־8:30 אין אָוונט, פֿונעם 17טן פֿעברואַר ביזן 19טן מײַ (לערער: זיסל סלעפּאָוויטש), יעדן דינסטיק, 3:00־4:30 נאָכמיטאָג פֿונעם 18טן פֿעברואַר ביזן 20סטן מײַ (לערערין: פּערל טייטלבוים), יעדן מיטוואָך, 3:00־4:30 נאָכמיטאָג פֿונעם 19טן פֿעברואַר ביזן 14טן מײַ (לערערין: איוו יאָכנאָוויץ) און יעדן מיטוואָך, 6:30־8:30 נאָכמיטאָג, פֿונעם 19טן פֿעברואַר ביזן 14טן מײַ (לערערין: פּערל טייטלבוים).

די קלאַסן פֿאַר אַוואַנסירטע אָנהייבערס קומען פֿאָר יעדן דינסטיק, 3:00־4:30 נאָכמיטאָג, פֿונעם 18טן פֿעברואַר ביזן 20סטן מײַ (לערערין: איוו יאָכנאָוויץ) און יעדן מיטוואָך, 6:30־8:00 אין אָוונט פֿונעם 18טן פֿעברואַר ביזן 20סטן מײַ (לערערין: פּערל טייטלבוים).

דער קלאַס פֿאַר מיטלדיקע סטודענטן קומט פֿאָר מיטוואָך, 1:00־2:30 נאָכמיטאָג, פֿונעם 19טן פֿעברואַר ביזן 14טן מײַ (לערערין: איוו יאָכנאָוויץ).

דער קלאַס פֿאַר אַוואַנסירטע־מיטנדיקע סטודענטן קומט פֿאָר דאָנערשטיק, 6:30־8:00 אין אָוונט, פֿונעם 20סטן פֿעברואַר ביזן 15סטן מײַ (לערער: קאָליע באָראָדולין).

די קלאַסן פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן קומען פֿאָר דינסטיק, 6:30־8:00 אין אָוונט, פֿונעם 18טן פֿעברואַר ביזן 20סטן מײַ (לערער: קאָליע באָראָדולין) און דאָנערשטיק, 1:00־2:30 נאָכמיטאָג, פֿונעם 20סטן פֿעברואַר ביזן 15טן מײַ (לערערין: איוו יאָכנאָוויץ).

אַלע קלאַסן קומען פֿאָר בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין מאַנהעטן אויף 247 וועסט 37סטער גאַס אויפֿן פֿינפֿטן שטאָק. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, קלינגט אָן 6680־889־212.

ייִדיש־קלאַסן בײַם ייִוואָ

עס הייבט זיך באַלד אָן אַ נײַע סעריע ייִדיש־קלאַסן בײַם ייִוואָ אין ניו־יאָרק. דער קלאַס פֿאַר אַוואַנסירטע אָנהייבערס קומט פֿאָר יעדן דאָנערשטיק, 6:30־8:30 אין אָוונט, פֿונעם 20סטן פֿעברואַר ביזן 24סטן אַפּריל (לערערין: איוו יאָכנאָוויץ). דער קלאַס פֿאַר אַוואַנסירטע מיטנדיקע סטודענטן קומט פֿאָר יעדן מאָנטיק, 6:30־8:30 אין אָוונט, פֿונעם 27סטן יאַנואַר ביזן 7טן אַפּריל.

אין צוגאָב צו די קלאַסן אין ייִדישער שפּראַך וועט ד׳׳ר גענאַדי עסטרײַך פֿירן אַ קלאַס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער קלאַס קומט פֿאָר יעדן דינסטיק, 6:30־8:30 אין אָוונט, פֿונעם 25סטן פֿעברואַר ביזן 8טן אַפּריל. דער קלאַס וועט געלערנט ווערן אויף ייִדיש און ענגליש.

פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט לאה פֿאַלק, 8301־294־212 צוגאָב־נומער 5167 אָדער lfalk@yivo.cjh.org


אויף דער אַנגלאָ־ייִדישער ביכער־פּאָליצע

נײַע איבערזעצונגען פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס ווערק דערשינען

דער ייִדישער אינטערנעץ־זשורנאַל „טאַבלעט‟ האָט לעצטנס אָפּגעדרוקט אַ לאַנגן אויסצוג פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס טאָג־בוך, וואָס זי האָט געשריבן נאָך דעם, וואָס מע האָט זי באַפֿרײַט פֿון בערגן־בעלזן. די איבערזעצונג, פֿון איר טאָכטער ד׳׳ר גאָלדי מאָרגענטאַלער, איז איינע פֿון די דרײַ ווערק פֿון חוה ראָזענפֿאַרב, וואָס מע קען לייענען אין דער ענגלישער איבערזעצונג בײַ //www.tabletmag.com/author/chava-rosenfarb.

אַ לידער־ביכל פֿון ריטשאַרד פֿײַן

עס איז לעצטנס דערשינען אַ נײַ ביכל לידער פֿונעם איבערזעצער, פּאָעט און קריטיקער ריטשאַרד פֿײַן מיטן נאָמען „My Hands Remember‟ (די הענט מײַנע געדענקען). דאָס ביכל, אַרויסגעגעבן פֿון Brick House Book, אַנטהאַלט אַ סעריע לידער אויף ענגליש, אָנגעשריבן ווי איבערזעצונגען פֿונעם אויסגעטראַכטן אַמעריקאַנער־ייִדישן דיכטער יעקבֿ ריוולען. אין די לידער פֿלעכט דער מחבר אַרײַן אַ פּאָר פֿון די „אָריגינעלע‟ ייִדישע שורות, און די צוויי שפּראַכן הייבן אָן אַ מין שמועס איינע מיט דער אַנדערער. אין אַן אַנדער אָפּטיילונג, וועבט פֿײַן אַרײַן זײַנע אייגענע לידער, צוזאַמען מיט לידער, איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון אַנאַ מאַרגאָלין, משה־לייב האַלפּערן און אַבֿרהם סוצקעווער.