קראָאַטיע פֿאָרשט אויס פֿאַרדעכטיקטן וועכטער פֿון אוישוויץ

Croatia Probes Suspected Guard of Auschwitz

יאַקאָב דענסינגער
יאַקאָב דענסינגער

פֿון ייִט״אַ

Published February 06, 2014, issue of February 28, 2014.

די קראָאַטישע אינסטאַנצן האָבן אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג פֿון אַ 90־יאָריקן מאַן, וואָס ווערט פֿאַרדעכטיקט אין האָבן באַגאַנגען מלחמה־פֿאַרברעכנס ווי אַן „עס־עס‟־סאָלדאַט און וועכטער אין אוישוויץ.

דער דײַטשלענדישער „ביוראָ אויסצופֿאָרשן פֿאַרברעכנס בעת דער נאַציסטישער תּקופֿה‟ האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איבערגעגעבן די קראָאַטישע אינסטאַנצן, אַז יאַקאָב דענסינגער געפֿינט זיך הײַנט אין קראָאַטיע, האָט געשריבן דער קראָאַטישער נײַעס־קוואַל „יוטאַרני‟ דעם 29סטן יאַנואַר.

לויט דעם באַריכט, האָט דענסינגער זיך אַריבערגעצויגן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1956, און מיט זעכצן יאָר שפּעטער, בײַם אָנגעבן זיך אויף אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט האָט ער אַ פּנים, געזאָגט ליגנס וועגן זײַן פֿאַרגאַנגענהייט. אין 1989 האָבן די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן צוריקגעצויגן זײַן בירגערשאַפֿט, און דענסינגער האָט פֿאַרלאָזט אַמעריקע.

דענסינגער איז געבוירן אינעם קראָאַטישן שטעטל סעפּין בײַ דײַטשע עלטערן, און האָט, אַ פּנים, זיך אָנגעשלאָסן אינעם „וואַפֿן עס־עס‟ בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען קראָאַטיע האָט געהאַט אַ פּראָ־נאַציסטישע רעגירונג.

לויט די דײַטשע אינסטאַנצן, האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער „עס־עס‟ צו 18 יאָר, און געדינט ווי אַ וועכטער אין, צום ווייניקסטן, פֿינעף קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אַרײַנגערעכנט אוישוויץ־בירקענאַו, וווּ 1.5 מיליאָן ייִדן זענען אומגעבראַכט געוואָרן.

סאַשאַ סוועטקאָוויץ, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין זאַגרעב, האָט געמאָלדן, אַז די קהילה „פֿאָלגט נאָך אַלע אַנטוויקלונגען פֿון דער אויספֿאָרשונג מצד די קראָאַטישע אינסטאַנצן‟.