פֿאַרביליקן דעם חורבן

Cheapening the Holocaust

נתניהו רעדט פֿאַר די פֿאַראייניקטע פֿעלקער און באַווײַזט אַ דאָקומענט פֿון אוישוויץ
נתניהו רעדט פֿאַר די פֿאַראייניקטע פֿעלקער און באַווײַזט אַ דאָקומענט פֿון אוישוויץ

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 06, 2014, issue of February 28, 2014.

שוין יאָרצענדליקער זאָגן מענטשן נאַרישע אָדער עקלדיקע זאַכן וועגן דעם חורבן. די סיבות דערפֿאַר זענען פֿאַרשיידנאַרטיקע, אָבער זיי קענען פֿאַרקערפּערט ווערן אין דרײַ קאַטעגאָריעס.

אין די ערגסטע פֿאַלן, טיילן זיך די מענטשן מיט זייער ביטערע רייד צוליב אַן עכטן בייזן ווילן קעגן ייִדן אָדער אַן עכטער איבערצײַגונג, אַז די גאַנצע זאַך איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה. די צווייטע קאַטעגאָריע באַשטייט פֿון מענטשן, וואָס ווייסן בכלל גאָרניט וועגן דעם חורבן אָבער דריקן אויס אַ נאַרישע מיינונג, אַפֿילו אָן קיין בייזן ווילן. צו דער דריטער קאַטעגאָריע געהערן מענטשן וואָס ווייסן יאָ עפּעס אָבער זאָגן פֿאָרט עקלדיקע זאַכן וואָס שייך דעם חורבן. דאָס געשעט, געוויינטלעך, במשך פֿון אַ פּאָליטישער דעבאַטע, בפֿרט ווען עמעצער באַשליסט צו פֿאַרגלײַכן די נאַציס אָדער דעם חורבן מיט עפּעס אַן אַנדער פּאַסירונג. זייער אָפֿט פֿאַלן אַרײַן אין דער דריטער קאַטעגאָריע דווקא ייִדן.

מיט די עכטע פֿאַרברענטע אַנטיסעמיטן און חורבן־אָפּלייקענער איז עס גאַנץ גרינג צו פֿאַרדאַמען אַזעלכע פּאַסקודניאַקעס און ניט אַוועקפּטרן מער קיין צײַט אויף זיי. מיט די פֿאָרשטייער פֿון די אַנדערע צוויי קאַטעגאָריעס, אָבער, דאַרף מען צומאָל האָבן אַ סך מער געדולד און זיי פֿאַרגעבן. ס׳איז, אָבער, פֿאַרשטייט זיך, זייער שווער פֿונאַנדערצוטיילן צווישן די אויבן־דערמאָנטע קאַטעגאָריעס, בפֿרט ווען מע דערוויסט זיך נאָר דורכן לייענען אַ צײַטונג, אַז אַ געוויסער באַנקיר, פּאָליטיקער צי אַטלעט האָט עפּעס נאַריש געזאָגט וועגן דעם חורבן.

דאָס זאָגן נאַרישע אָדער עקלדיקע זאַכן וועגן דעם חורבן האָט ניט קיין געהעריקן פֿולן סעזאָן ווי, להבֿדיל, דאָס צײַטיקן פֿון אַ פֿרוכט. אַז מע הערט זיך גוט אײַן, קען מען הערן אַזעלכע פּוסטע רייד אַ גאַנץ יאָר. אָבער פֿאָרט, דווקא ווען עס קומען די צוויי וויכטיקסטע טעג פֿון דערמאָנען דעם חורבן, דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן געדענקס־טאָג (דעם 27סטן יאַנואַר) און יום־השואה, (דעם 27סטן ניסן), הערט מען וואָס מער נאַרישע דערקלערונגען, אַ פּנים, צוליב דעם, וואָס צו יענער צײַט רעדט מען מער אויף דער טעמע, ווי געוויינטלעך.

דאָס הײַיאָריקע „סעזאָנעלע‟ האָט זיך אָנגעהויבן פֿונעם ווילד־רײַכן ביליאָנער טאָם פּערקינס. פּערקינס, וואָס איז באַקאַנט פֿאַרן טראָגן אַ 300,000$ דאָלאַרדיק זייגערל און פֿאַרן מאַכן אַן אוניקאַלן יאַכט פֿאַר הונדערט דרײַסיק מיליאָן דאָלאַר, האָט אָנגעעשריבן אַ בריוו צום „וואָל סטריט זשורנאַל‟ (Wall Street Journal), אין וועלכן ער האָט איבערגעגעבן, אַז דער אופֿן ווי אַזוי מע „פֿירט אַ מלחמה קעגן די איין־פּראָצענטניקעס‟ (די וואָס פֿאַרדינען מער ווי 99% אַמעריקאַנער) איז ענלעך צו דעם, ווי מע האָט געפֿירט רדיפֿות קעגן די ייִדן אין נאַצי־דײַטשלאַנד.

דערנאָך איז געקומען דער באַשלוס פֿון נטורי־קרתּא צו מאַכן אַן אַנטי־ישׂראל פּראָטעסט דווקא אין דײַטשלאַנד, און דווקאַ בעתן אינטערנאַציאָנאַלן חורבן געדענקס־טאָג. אינעם פּראָטעסט, פֿאַרן ריזיקן חורבן־דענקמאָל אין בערלין, האָבן די פּראָטעסטירער באַשולדיקט דעם אויפֿקום פֿונעם ציוניזם, וואָס צוליב דעם האָט גאָט באַשטראָפֿט 6 מיליאָן ייִדן. צווישן די 4 פּראָטעסטירער זענען געווען צוויי ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה.

אַן אַנדער טענה, כּמעט דער היפּוך פֿון נטורי־קרתּאס שיטה, וואָס מע הערט כּסדר אין די גאָר רעכטע ציוניסטישע קרײַזן איז, אַז דער חורבן איז פֿאָרגעקומען דווקא צוליב דעם, וואָס די ייִדן האָבן געלעבט אין אַזאַ „אומנאַטירלעכן מצבֿ‟ פֿון ניט האָבן קיין אייגן לאַנד. לויט דעם צוגאַנג, ווען נאָר דער ציוניזם וואָלט גיכער געהאַט געשאַפֿן אַ ייִדיש לאַנד, וואָלט קיין חורבן ניט געשען. סײַ דער רעכטער ציוניסטישער געדאַנק און סײַ נטורי־קרתּאס אײַנפֿאַל טראָגן מיט זיך די גאָר עקלדיקע טענדענץ פֿון באַשולדיקן די ייִדן אַליין אינעם חורבן. לויט די צוויי טעאָריעס, קומט אַרויס, אַז ווען די ייִדן וואָלטן זיך אַנדערש געהאַט געפֿירט, וואָלט קיין חורבן ניט געווען. ביידע צדדים פֿאַרגעסן אין די דעמאָלטיקע דײַטשן און זייערע מיטהעלפֿער, וואָס זענען די איינציקע, וואָס זענען באמת שולדיק אינעם גענאָציד.

ניט בלויז די 4 נטורי־קרתּאניקעס האָבן זיך באַרימט מיט זייער אומפּאַסיקן אויפֿפֿיר בעת דעם חורבן־געדענקטאָג אין אייראָפּע, נאָר אויך דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד אַליין האָט אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל, נאָך דעם, וואָס זײַן אָפֿיציעלע דעקלאַראַציע אין אָנדענק פֿונעם טרויעריקן טאָג, האָט אַפֿילו ניט דערמאָנט דאָס וואָרט „ייִדן‟. אַנשטאָט „ייִדן‟ און „ציגײַנער‟ האָט מען גערעדט פֿון „מיט־בירגער‟, אַזוי ווי מע וואָלט די דעקלאַראַציע געהאַט אָנגעשריבן אין די סאָוועטישע צײַטן, ווען מע האָט אויף חורבן־מאָנומענטן אין די ערטער פֿון ייִדישער מאַסן־פֿאַרניכטונג אַנשטאָט ייִדן אָנגעוויזן „סאָוועטישע בירגער‟.

דער אָנגעווייטיקטער און ענדלאָזער קאָנפֿליקט צווישן די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער גיט אומצאָליקע געלעגנהייטן געוויסע מענטשן צו מאַכן עקלדיקע אויספֿירן בײַם דערמאָנען דעם חורבן. דער פֿענאָמען איז, לײַדער, פֿאַרשפּרייט צווישן די אָנהענגער פֿון אַלע סאָרטן פּאָליטישע דעות, וואָס שייך דער צוקונפֿט פֿון ישׂראל און פּאַלעסטינע. אויף דער „רעכטער זײַט‟ הערט מען יאָרן־לאַנג דאָס אומגעלומפּערטע קלינגוואָרט „אוישוויצער גרענעצן‟, צו באַצייכענען אַ צוויי־שטאַטישע לייזונג צווישן די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער, וואָס גיט ניט דער מדינה אַזוי פֿיל שטח ווי דער „רעכטער לאַגער‟ וויל אַרײַננעמען. צווישן די פּאָליטיקער, וואָס האָבן זיך באַנוצט מיט דעם לאָזונג זענען אַבאַ אבן, וועלכער האָט אויסגעטראַכט דאָס זידלוואָרט און עס אויסגענוצט צום ערשטן מאָל אין 1969; דער איצטיקער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו, וועלכער האָט עס באַנוצט אין 1992 און 1993, און דער איציקער וויצע אויסערן־מיניסטער זאבֿ אלקין, וואָס האָט עס הײַיאָר געזאָגט אין אַ רעדע וועגן דזשאָן קעריס שלום־איניציאַטיוו.

מיטן באַגריף „אוישוויצער גרענעצן‟ וויל דער „רעכטער לאַגער‟ זאָגן, אַז מע קען די גרענעצן ניט פֿאַרטיידיקן אָבער פֿאַר אַ סך מענטשן דריקט עס אויך אויס די מיינונג, אַז די פּאַלעסטינער זענען אַזוי שלעכט, ווי די נאַציס; און אַז זיי וועלן אויסהרגענען די ייִדן, פּונקט ווי די דײַטשן האָבן עס געטאָן אין אוישוויץ, ווען זיי זאָלן נאָר באַקומען די געלעגנהייט. אַזעלכע צעבלאָזטע רייד, וועלן, פֿאַרשטייט זיך, קיין פּאָזיטיווע רעזולטאַטן ניט צוגעבן צום שלום־פּראָצעס.

פֿון דער אַנדערער זײַט, הערט מען גאַנץ אָפֿט אין די „לינקע קרײַזן‟, אַז דאָס ישׂראלדיקע מיליטער דערמאָנט מער אין די נאַציס אָדער, אַז די ישׂראלים פֿירן זיך „אַזוי ווי‟ די נאַציס. יוסף „טומי‟ לפּיד, דער יוסטיץ־מיניסטער פֿון ישׂראל (2003־2004) און שפּעטער דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון יד־ושם, וועלכער האָט אַליין אַדורכגעלעבט די בודאַפּעשטער געטאָ, האָט אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל, ווען ער האָט געזאָגט, אַז דער אופֿן ווי אַזוי צה׳׳ל האָט זיך אויפֿגעפֿירט אין עזה, דערמאָנט אים, אין די אַקציעס קעגן זײַן באָבע, וואָס איז געשטאָרבן אין אוישוויץ.

פֿיל ערגער זענען די וואָס זאָגן, אַז די צה׳׳ל זעלנער פֿירן זיך ווי נאַציס. איין מאָל האָט אַ סטודענטקע, אַ פּאַלעסטינערין, מיר דערציילט, ווי די „הגנה‟ האָט איר משפּחה בגוואַלד אַרויסגעטריבן פֿון זייער היים אינעם הײַנטיקן ישׂראל אינעם מערבֿ־ברעג אַרײַן. צום סוף האָט זי געזאָגט, אַז ס׳איז מאָדנע ווי געוויסע ייִדן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, און „נאָר אַ פּאָר יאָר שפּעטער זיך אַליין אויפֿגעפֿירט ווי נאַציס‟. אויף דעם עקלדיקן בילבול האָב איך פּשוט געענפֿערט, אַז ווען די „הגנה‟ וואָלט באמת זיך געהאַט געפֿירט ווי די נאַציס, וואָלט זי קיינמאָל ניט געבוירן געוואָרן, ווײַל אַנשטאָט נאָר פֿאַרטרײַבן איר משפּחה פֿון זייער דאָרף, וואָלט מען זיי אַלע אויסגעהרגעט ווי די ווילנער צווײַג פֿון מײַן משפּחה אויף פּאָנאַר. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס פֿאַרטרײַבן אַ משפּחה פֿון זייער היים איז שוין גענוג טראַגיש פֿאַר זיך; צו פֿאַרגלײַכן עס אָבער מיט עפּעס נאָך ערגערס איז בפֿירוש ניט נייטיק.

הקיצור, די קרענק איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט. נאָך דעם אַלעמען וויל איך פּשוט אויסדריקן מײַן מיינונג, אַז דאָס דערמאָנען דעם חורבן אין פּאָליטישע דעבאַטעס, ווען מע רעדט דווקא ניט וועגן דעם חורבן גופֿא, איז כּמעט קיינמאָל ניט פּאַסיק. אַפֿילו ווען מע מיינט, אַז ס׳איז באמת אַ געראָטענער פֿאַרגלײַך, העלפֿט עס גאָרניט, ווײַל דער צווייטער צד אין דער דעבאַטע וועט, פֿאַרשטענדלעך, פּשוט אויפֿהערן צו באַטראַכטן דעם אַרגומענט. נאָך וויכטיקער, איז אָבער דער פֿאַקט, אַז ווען מע זאָגט, אַז עפּעס איז ענלעך צום חורבן, ווען ס׳איז ניט אמת, איז עס אַ קלאָרער אופֿן צו פֿאַרביליקן די טראַגעדיע.