פֿרויען־השפּעה אויף דער ייִדישער קולטור

Women’s Influence on Yiddish Culture

אַ טייל פֿון די ייִדישע פּובליקאַציעס, אַרויסגעלאָזט פֿון פֿרויען
Courtesy by Dr. Joanna Lisek
אַ טייל פֿון די ייִדישע פּובליקאַציעס, אַרויסגעלאָזט פֿון פֿרויען

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 09, 2014, issue of February 28, 2014.

אין ווראָצלאַוו, פּוילן, ווערט איצט אָרגאַניזירט אַן אויסשטעלונג וועגן דער ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער קולטור, וואָס וועט געוויזן ווערן אין פּוילן און אין נאָרוועגיע, אָנהייבנדיק פֿונעם 15טן יוני 2014. די אויסשטעלונג איז אַ טייל פֿון אַ צוויי־יאָריקער איניציאַטיוו, „ייִדיש פֿאַר אַלעמען‟, וואָס באַמיט זיך צו פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור בײַם ברייטן עולם.

מענדי קאַהאַן, דער דירעקטאָר פֿון „יונג ייִדיש‟ אין ירושלים, און אַ בעל־יועץ פֿונעם פּראָיעקט, האַלט, אַז ס׳איז וויכטיק איבערצוגעבן די וויכטיקע ראָלע, וואָס די פֿרויען האָבן געשפּילט אין דער ייִדישער קולטור. „ווען מע זוכט בילדער פֿון די העלדן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, געפֿינט מען בלויז מענדעלע, פּרץ, באַשעוויס… דער עולם ווייסט בכלל נישט, אַז די פֿרויען האָבן אויך געהאַט אַ וויכטיקן אײַנפֿלוס אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. זיי זענען דאָך געווען די לייענער פֿון דער צאינה־ראינה, געשריבן פּאָעזיע, אָנגעפֿירט מיט סאַלאָנען און מיטן חינוך אויף ייִדיש.‟

קאַדיע מאָלאָדאָווסקי
Courtesy by Dr. Joanna Lisek
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

הגם די אויסשטעלונג הייסט „באַביניעץ: די פֿרויען אין דער ייִדישער קולטור‟ („באַביניעץ‟ מיינט ווײַבער־שיל אויף פּויליש), און וועט פֿאָרקומען אין דער אַזוי־גערופֿענער „שיל פֿונעם ווײַסן בושל‟, באַהאַנדלט זי נישט בלויז די רעליגיעזע ליטעראַטור, וואָס די פֿרויען האָבן געלייענט און געשאַפֿן, אָבער אויך די בליִענדיקע סעקולערע קולטור פֿונעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, וווּ די פֿרויען האָבן זיך ענערגיש באַטייליקט.

די אויסשטעלונג וועט אָנגיין ביז אויגוסט, און דערנאָך וועט מען אַ טייל דערפֿון ווײַזן אין נאָרוועגיע — צו ערשט, אויפֿן ייִדישן פֿעסטיוואַל אין טראָנדהײַם, און דערנאָך אינעם ייִדישן מוזיי אין אָסלאָ.

בענטע קאַהאַן, אַ נאָרוועגיש־געבוירענע ייִדישע אַקטריסע און זינגערין, און די הויפּט־פֿאַרוואַלטערין פֿונעם פּראָיעקט זאָגט, אַז זינט מע האָט אָנגעהויבן די צוויי־יאָריקע איניציאַטיוו אין ווראָצלאַוו, וואָס נעמט אַרײַן וואַרשטאַטן און קלאַסן פֿון ייִדישער מוזיק, קונסט און טעאַטער, האָבן אַ סך פֿון די באַטייליקטע זיך פֿאַרשריבן אויפֿן צוויי־יאָריקן וועכנטלעכן ייִדיש־קורס, געלערנט פֿון ד״ר יאָהאַנאַ ליסעק, אַ ייִדישע היסטאָריקערין אינעם ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט, און די הויפּט־מחברטע פֿון דער קומעדיקער אויסשטעלונג.

חנה לעווין
Courtesy by Dr. Joanna Lisek
חנה לעווין

„דער קורס האָט מער ווי 30 סטודענטן, וואָס איז אומגעהערט הײַנט אין פּוילן,‟ האָט בענטע געזאָגט. ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן זענען נישט קיין ייִדן, אָדער האָבן ערגעץ אין דער משפּחה אַ ייִדישן קרובֿ.

בײַ אַ סך באַזוכער, איז „ייִדיש פֿאַר אַלעמען‟ זייער ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט מאַמע־לשון. „אַ סך מענטשן פּלאָנטערן העברעיִש מיט ייִדיש,‟ האָט באַמערקט יואבֿ ראָסאַנאָ, אַ ישׂראל־געבוירענער קינסטלער און דער קוראַטאָר פֿונעם פּראָיעקט. „אַ טייל מיינען, אַז אין ישׂראל רעדט מען הײַנט ייִדיש, נישט העברעיִש, און אַנדערע ווייסן אַפֿילו נישט, אַז ייִדיש ווערט געשריבן מיט ייִדישע אותיות.‟

ביידע איניציאַטיוון — סײַ דער צוויי־יאָריקער ייִדיש־פּראָיעקט, סײַ די אויסשטעלונג וועגן פֿרויען און ייִדיש, ווערן געשטיצט דורך סובסידיעס פֿון דער אייראָפּעיִשער עקאָנאָמישער אָרגאַניזאַציע EEA (בפֿרט די לענדער: איסלאַנד, ליכטענשטיין און נאָרוועגיע), דעם פּוילישן קולטור־מיניסטעריום, דער ווראָצלאַוו־מוניציפּאַליטעט און דער „בענטע קאַהאַן־פֿונדאַציע‟.

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט נאָרוועגיע צו ייִדיש? ענטפֿערט בענטע, אַז ייִדיש איז אַמאָל געווען די שפּראַך פֿון אַ צאָל ייִדן אין נאָרוועגיע, בפֿרט פֿון דער שארית־הפּליטה. „אַחוץ דעם פֿאַרשטייען די נאָרוועגער די וויכטיקייט פֿון אויפֿהאַלטן אַ מינאָריטעט־שפּראַך,‟ האָט זי צוגעגעבן.

ציליע דראַפּקין
Courtesy by Dr. Joanna Lisek
ציליע דראַפּקין

די פֿינאַנציעלע סובסידיע פֿון דער EEA, וואָס באַטרעפֿט דרײַ מיליאָן אייראָ, האָט דערמעגלעכט די אָרגאַניזירער פֿון דער פֿרויען און ייִדיש אויסשטעלונג צו ניצן שאַפֿערישע עקספּאָנאַטן. פֿרויען־מאַנעקענען וועלן „רעציטירן‟ די פּאָעזיע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און צעליאַ דראָפּקין, ווי אויך אויסצוגן פֿונעם מאַניפֿעסט פֿון דער פֿעמיניסטישער כּלל־טוערין און דיכטערין חנה לעווין.

אַ „פּאַקן־טרעגער‟, אָנגעטאָן אין די אָרעמאַנסקע בגדים פֿונעם אַמאָליקן עמך, וועט אַרומגיין איבער דער אויסשטעלונג מיט ביכער און ספֿרים, אָבער מיט אַ ממשותדיקן אונטערשייד: אַ טייל פֿון די ביכער וועלן האָבן דיגיטאַלישע מעגלעכקייטן ווי אַנימאַציע און סענסאָר־עקראַנען (touch screens). צווישן דער סחורה וועט מען קענען געפֿינען אַ וועגווײַזער פֿאַר פֿרויען, פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, וועגן גוף־ריינקייט (פֿאַרבונדן מיט די הלכות פֿון נידה); טעקסטן פֿון רבֿקה טיקטינער, די ערשטע באַקאַנטע שרײַבערין אויף ייִדיש, פֿונעם 15טן יאָרהונדערט; אַ סעריע דרשות פֿון אַן אומבאַקאַנטער פֿרוי, חנה כּץ, אין אַמסטערדאַם, אַרויסגעלאָזט בערך אינעם יאָר 1700; די תּחינות פֿון שׂרה בת־טובֿים, און „דער בראַנטשפּיגל‟ פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, וואָס דערקלערט פֿרויען ווי זיך צו פֿירן לײַטיש.

די אויסשטעלונג וועט דערציילן וועגן די אויפֿטוען פֿון שׂרה שנירער (1883־1935), די גרינדערין פֿון דער ערשטער נעץ פֿון ייִדישע שולן פֿאַר מיידלעך, „בית־יעקבֿ‟, כאָטש ווייניק מענטשן ווייסן ווערן אירע ליטעראַרישע טעטיקייטן. איר צײַטונג, „בית־יעקבֿ‟, וואָס האָט זיך געדרוקט אין לאָדזש, איז געווען די צום לענגסטן געדרוקטע ייִדישע פֿרויען־צײַטונג פֿון אַלע צײַטן.

צווישן די אַנדערע פֿיגורן, וואָס מע וועט שילדערן זענען אַ צאָל פּויליש־ייִדישע טעכטער, וואָס זענען ס׳רובֿ ייִדן ווייניקער באַקאַנט: פֿעלישאַ פּריוועס־שידלאָווסקאַ, אַ מעצענאַט פֿונעם אַוואַנגאַרד „יונג ייִדיש‟ אין לאָדזש; פּועה ראַקאָווסקאַ, די „באָבע פֿון ציוניזם‟, וועלכע האָט שטאַרק געקעמפֿט לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך אין ישׂראל, און איז שפּעטער אַנטוישט געוואָרן צווישן דער קרומער באַהאַנדלונג פֿון מאַמע־לשון בײַ דער ציוניסטישער פֿירערשאַפֿט; און די בונדיסטקע, סאָניאַ נאָוואָגראָדזשקאַ, וועלכע האָט — ווי יאַנוש קאָרטשאַק — באַגלייט אירע תּלמידים, דעפּאָרטירט אין קאָנצענטראַציע־לאַגער, און דאָרט מיט זיי אומגעקומען.

ד״ר ליסעק, וועלכע האָט געטאָן די פּרטימדיקע פֿאָרש־אַרבעט פֿאַר דער אויסשטעלונג, האָט אָבער נישט געוואָלט, אַז די באַזוכער זאָלן אַוועקגיין, מיינענדיק, אַז די ייִדיש־רעדנדיקע פֿרוי איז בלויז אַ זאַך פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, און טאַקע דערפֿאַר וועט דער לעצטער טייל פֿון דער אויסשטעלונג באַשטיין פֿון קורצע ווידעאָס, וווּ פֿרויען פֿון אַלע מינים — סײַ די, וועלכע זענען געבוירן פֿאַרן חורבן, סײַ יונגע ייִדיש־סטודענטקעס; סײַ חסידישע פֿרויען, סײַ סעקולערע קלעזמער־זינגערינס — זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן זיך אויף מאַמע־לשון.

אין שײַכות מיט דעם, האָבן די אָרגאַניזירער פֿון דער אויסשטעלונג לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ מעלדונג דורך דער אינטערנעץ, אַז פֿרויען וואָס קענען רעדן ייִדיש, זאָלן אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ אָדער רעקאָרדירונג פֿון 30 סעקונדעס, זאָגנדיק, אויף ייִדיש, ווי זיי הייסן, וווּ זיי וווינען, וווּ זיי זענען געבוירן געוואָרן, זייער פֿאַך און זייערע הויפּט־אינטערעסן, און שיקן צו יואבֿ ראָסאַנאָ ביז סוף־מאַרץ אויף דעם אַדרעס: exhibition@fbk.org.pl

מענדי קאַהאַן, וועלכע האָט געלאָזט וויסן אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַט, אַז די קוראַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג, זוכט ייִדיש־רעדנדיקע פֿרויען, האָט צוגעגעבן — און טאַקע אויף ייִדיש: „פֿרויען פֿון איבער דער וועלט — פֿאַרפֿילמט אײַך!‟



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.