נײַע פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס אין גריכנלאַנד

Greek University Reopens Jewish Studies

דער אַלטער ייִדישער בית־עולם, וועלכער האָט זיך געפֿונען אויפֿן אָרט, וווּ הײַנט שטייט דער „אַריסטאָטל־אוניווערסיטעט‟ אין סאַלאָניקי
Wikimedia Commons
דער אַלטער ייִדישער בית־עולם, וועלכער האָט זיך געפֿונען אויפֿן אָרט, וווּ הײַנט שטייט דער „אַריסטאָטל־אוניווערסיטעט‟ אין סאַלאָניקי

פֿון ייִט״אַ

Published February 09, 2014, issue of February 28, 2014.

אינעם „אַריסטאָטל־אוניווערסיטעט‟ פֿון סאַלאָניקי, גריכנלאַנד, פּלאַנירט מען צו עפֿענען פֿון ס׳נײַ די פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס — מיט 80 יאָר נאָכדעם, ווי דער גריכישער דיקטאַטאָר יאָאַניס מעטאַקסאַס האָט עס פֿאַרמאַכט. דער אוניווערסיטעט האָט דערקלערט, אַז ס׳איז באַזונדערס וויכטיק צו עפֿענען אַ קאַטעדרע פֿון ייִדישע שטודיעס אין דער דאָזיקער שטאָט, וועלכע איז טיף היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט ייִדן און ייִדישקייט. מע האָט אָפּגערעדט מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, אַז במשך פֿונעם ערשטן יאָר וועט זי שטיצן די פּראָגראַם.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז סאַלאָניקי געווען אַ גרויסער צענטער פֿון די ספֿרדישע ייִדן, וועלכע האָבן דאָרטן געוווינט במשך פֿון 450 יאָר, נאָכן גירוש־ספֿרד. פֿאַר דער מלחמה, איז די שטאָט געווען באַקאַנט צווישן ייִדן ווי „די בלום פֿון די באַלקאַנען‟. סאַלאָניקי איז געווען דער צענטער פֿון דער לאַדינאָ־קולטור אינעם גאַנצן באַלקאַנישן ראַיאָן.

די אָריגינעלע פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס האָט עקזיסטירט אינעם „אַריסטאָטל־אוניווערסיטעט‟ פֿון 1930 ביז 1935. בעת דעם חורבן, זענען ס׳רובֿ פֿון די אָרטיקע 55,000 ייִדן פֿאַרטיליקט געוואָרן אין די טויט־לאַגערן. ווייניקער ווי 2,000 האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. נאָך די דעפּאָרטאַציעס, זענען די ייִדישע הײַזער און געשעפֿטן אין דער שטאָט באַרויבט געוואָרן און די שילן — צעשטערט. אוניקאַלע ביבליאָטעקן פֿון ביכער אויף לאַדינאָ זענען געבראַכט געוואָרן קיין דײַטשלאַנד; די אַלטע ייִדישע מצבֿות זענען אויסגענוצט געוואָרן ווי בוי־מאַטעריאַלן.

אַ טייל פֿונעם אוניווערסיטעט־קאַמפּוס געפֿינט זיך איצט אויפֿן שטח פֿון אַ געוועזענעם ייִדישן בית־עולם. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אַנשטאַלט האָפֿט, אַז די נײַע פּראָגראַם וועט העלפֿן „צו באַנײַען דעם היסטאָרישן זכּרון‟ וועגן דער ייִדישער געשיכטע און קולטור. די ייִדישע שטודיעס פֿאַר סטודענטן און אַספּיראַנטן וועלן זיך אָנהייבן אינעם אַקאַדעמישן יאָר 2014—2015.