„דער קינאָ־סעזאָן פֿון שלעכטע ייִדן‟

“Cinematic Season of Bad Jews”

אַ קאַדער פֿונעם פֿילם „דער אַמעריקאַנער שווינדל‟
Sony Pictures
אַ קאַדער פֿונעם פֿילם „דער אַמעריקאַנער שווינדל‟

פֿון דזש. דזש. גאָלדבערג (Forward)

Published February 09, 2014, issue of February 28, 2014.

די פֿילמען, וואָס זענען הײַיאָר נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן „אָסקאַר‟, האָבן אַרויסגערופֿן אַ מהומה אין געוויסע ווינקלען פֿון דער אינטערנעץ. עס גייט אַ רייד וועגן צוויי ווערק, וואָס שילדערן ייִדישע שווינדלער. ווי ס׳איז באַקאַנט, שאַפֿט „האָליוווּד‟ אַלע מינים פֿילמען. יעדער פֿאַרשטייט, אַז דער סיפּור־המעשׂה איז אַן אויסטראַכטעניש; צוליב דעם, רופֿט מען די אַמעריקאַנער קינאָ־אינדוסטריע „די פֿאַבריק פֿון חלומות‟. פֿונדעסטוועגן, פֿרעגט זיך אַ קשיא, צי די דערמאָנטע צוויי פֿילמען מיט ענלעכע סוזשעטן זענען אַ סימן פֿון אַ נײַער מאָדע?

אינעם ערשטן ווערק, „American Hustle‟ („דער אַמעריקאַנער שווינדל‟), איז אַן אַלט־מאָדישע קרימינעלע מעשׂה; דאָס צווייטע, „The Wolf of Wall Street‟ („דער וואָלף פֿון וואָל־סטריט‟) איז אַ פֿינצטערע קאָמעדיע. אין ביידע פֿילמען ווערן די שלעכטע פּערסאָנאַזשן געוויזן מער ווי שלימזלדיקע לא־יוצלחניקעס, און נישט ווי עכטע רשעים.

פֿונדעסטוועגן, האָט „האָליוווּד‟ אַרויסגעלאָזט אויפֿן עקראַן אַ נײַעם, גאַנץ סתּירותדיקן מין ייִדן. ייִדישע ראָמאַנטישע באַנדיטן זענען נישט קיין נאָווינע אינעם אַמעריקאַנער קינעמאַטאָגראַף, אָבער די געשטאַלטן פֿון פֿאַרקריפּלטע ייִדישע שווינדלער דערמאָנען דעם באַקאַנטן אַנטיסעמיטישן סטערעאָטיפּ. די קריטיקערין נאָמי פּפֿעפֿערמאַן האָט באַמערקט אינעם לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישן זשורנאַל, אַז הײַנט איז אַ „קינאָ־סעזאָן פֿון שלעכטע ייִדן‟.

ווען עס וואָלט געגאַנגען אַ רייד, ווי געוויינטלעך, וועגן אויסטראַכטענישן, וואָלט עס נישט געווען אַזוי סתּירותדיק. ביידע פֿילמען זענען אָבער באַגרינדעט אויף אמתע געשיכטעס. דער „וואָלף‟ איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון דזשאָרדען בעלפֿאָרטס זכרונות. דער מחבר דערציילט, אַז כּדי דורכצופֿירן זײַנע מאַכינאַציעס מיט די אַקציעס, האָט ער געדונגען אַ גאַנצע אַרמיי פֿון די „ערגסטע ייִדישע יונגע־לײַט אין לאָנג־אײַלאַנד‟. דער „שווינדל‟ איז באַגרינדעט אויף דער אָפּעראַציע „עבסקעם‟, וואָס די „עף־בי־אײַ‟ האָט דורכגעפֿירט, כּדי צו כאַפּן מעל ווײַנבערג, אַ צווייטן אמתן שווינדלער.

די פּערסאָנאַזשן אין וווּדי אַלענס פֿילם, „בלויע דזשאַסמין‟ („Blue Jasmine‟) זענען נישט קיין ייִדן. דער פֿילם איז אויך נאָמינירט פֿאַרן „אָסקאַר‟. דער סיפּור־המעשׂה איז אָבער באַגרינדעט אויפֿן גרויסן סקאַנדאַל מיט בערני מיידאָף און אַלענס פֿילמען, ווי באַקאַנט, האָבן אַ ייִדישן טעם. צי איז דאָס אַ צופֿאַל, אַז דרײַ אַזעלכע פֿילמען פֿאַרמעסטן זיך פֿאַרן פּרעסטיזשפֿולן פּריז? לאַוו־דווקא בכּיוון. דער אויסקלײַב פֿון די סוזשעטן שפּיגלט אָפּ דעם אַלגעמיינעם מצבֿ אין אַמעריקע. ווען דער עולם טראַכט, ווי אַזוי זיך אַרויסצוקריכן פֿונעם פֿינאַנציעלן קריזיס, שווימען כּסדר אַרויף אַזעלכע נעמען פֿון גאָר רײַכע גבֿירים, ווי לעמאַן, גאָלדמאַן און סאַקס, בלאַנקפֿײַן און גרינבערג.

צי מיינט עס, אַז די קלאַסישע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן קאָנען ווערן ווידער פּאָפּולער? ראָב עשמאַן, דער רעדאַקטאָר פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישן זשורנאַל, האָט באַמערקט, אַז כּדי פֿאַרשיידענע פֿינצטערע פּאַרשוינען זאָלן נישט אַסאָציִיִרט ווערן מיט ייִדן בכלל, מוזן די ייִדישע קהילות זיך גוט אַרײַנקוקן, ווי אַזוי אויסצומײַדן דעם מעגלעכן אויפֿקום פֿון נײַע מיידאָפֿס און בעלפֿאָרטס.