אונגערישע קהילה וועט בויקאָטירן מלוכישע חורבן־פּראָגראַם

Hungary‘s Jewish Leaders to Boycott State Holocaust Commemoration

אַן אונגערישער טראַנספּאָרט פֿון ייִדן קיין אוישוויץ, 1944
אַן אונגערישער טראַנספּאָרט פֿון ייִדן קיין אוישוויץ, 1944

פֿון ייִט״אַ

Published February 11, 2014, issue of February 28, 2014.

די ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע אין אונגערן האָט אָפּגעשטימט צו בויקאָטירן די מלוכישע חורבן־פּראָגראַם, וואָס דאַרף אָפּמערקן 70 יאָר זינט דער מאַסן־דעפּאָרטאַציע פֿון די אונגערישע ייִדן קיין אוישוויץ, סײַדן די רעגירונג וועט נישט ענדערן איר איצטיקן צוגאַנג צו יענער פֿינצטערער עפּאָכע.

די פֿאָרשטייער פֿון „מאַזשיהיס‟, דער פֿאַרבאַנד פֿון אונגערישע ייִדישע קהילות, האָבן בעת אַ ספּעציעלער פֿאַרזאַמלונג, דורכגעפֿירט אַ רעזאָלוציע, 76 קעגן 2, זיך צו דערווײַטערן פֿון דער פּראָגראַם, וואָס די רעגירונג אָרגאַניזירט לזכּרון דער געשעעניש.

לויט דער רעזאָלוציע, „נעמען די רעגירונג־פּלענער נישט אין באַטראָכט די סענסיטיווקייט פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם קושמאַר פֿונעם חורבן‟.

„מאַזשיהיס‟ וועט בלויז אָנטיילנעמען אין דער חורבן־פּראָגראַם און אויסניצן די סובסידיעס וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט באַקומען פֿונעם „ציווילן פֿאָנד‟ פֿון דער רעגירונג, „אויב די אונגאַרישע רעגירונג וועט ענדערן איר צוגאַנג צום אָנדענק און דער פֿאָרשאַרבעט פֿונעם חורבן.‟

בפֿרט, שטייט אין דער רעזאָלוציע, דאַרף פּרעמיער וויקטאָר אָרבאַן אַנולירן דעם פּלאַן אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל אין צענטער בודאַפּעשט געווידמעט דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון אונגערן; אָפּזאָגן שאַנדאָר סאַקאַלי ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ נײַעם מלוכישן היסטאָרישן אינסטיטוט, און צוריקציִען דעם בוי־פּראָיעקט פֿון אַ חורבן־אָנדענק־מוזיי אין אַ געוועזענער בודאַפּעשטער באַן־סטאַנציע.

דער מאָנומענט „איז אַ סימבאָל פֿונעם פּרוּוו זיך אָפּצוזאָגן פֿונעם אייגענעם אַחריות‟ אינעם חורבן, גיט איבער די רעזאָלוציע, און צוגעגעבן, אַז סאַקאַלי האָט לעצטנס, אין שײַכות מיט דער דעפּאָרטאַציע אין 1941 פֿון בערך 18,000 אויסלאַנד־געבוירענע ייִדן קיין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, אוקראַיִנע, דערקלערט, אַז דאָס איז געווען „אַ פּאָליציי־אַקציע קעגן געוויסע פֿרעמדע אין לאַנד‟.

די פֿאָרשטייער פֿון „מאַזשיהיס‟ זאָגן, אַז זיי ווייסן נאָך אַלץ נישט וואָס ס׳וועט זײַן דער צוגאַנג פֿונעם מוזיי, אָבער ביז איצט האָט די דירעקטאָרין פֿונעם מוזיי־פּראָיעקט, מאַריאַ שמידט, „נישט קאָאָפּערירט מיט ׳מאַזשיהיס׳.‟ די ייִדישע פֿירער האָבן פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנקייט מיט יאַנאָס לאַזאַר — אַ הויך־ראַנגיקער אין אָרבאַנס רעגירונג, וועלכער פֿירט אָן מיט דער חורבן־פּראָגראַם. לאַזאַר האָט געזאָגט, אַז אָרבאַן וועט די וואָך זיך פֿאַרנעמען מיט דעם ענין.

דערווײַל האָבן עטלעכע סינאַגאָגעס און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס געמאָלדן, אַז זיי וועלן נישט נעמען קיין געלט פֿונעם ציווילן פֿאָנד לטובֿת דער חורבן־פּראָגראַם. „מיר באַדויערן וואָס די הזכּרה־פּראָיעקטן זענען געוואָרן אַ משכּן אין די פּאָליטישע שפּילן פֿון דער רעגירונג, איצט אַז עס דערנענטערן זיך די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן אין אונגערן,‟ האָט זונטיק דערקלערט „בית־אורים‟, אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע. „בית־אורים וויל נישט אָנטיילנעמען אין אַזאַ פּאָליטישער סטראַטעגיע.‟