ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published February 10, 2014, issue of February 28, 2014.

שׂכר-לימוד אין די ייִדישע טאָגשולן צווישן די העכסטע אין וויקטאָריע

אַן אַרטיקל אינעם וואָכנשריפֿט „די אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ גיט איבער, אַז דער שׂכר-לימוד וואָס עלטערן באַצאָלן, כּדי זייערע קינדער זאָלן זיך לערנען אין די ייִדישע טאָגשולן, איז צווישן די העכסטע בײַ אַלע פּריוואַטע טאָגשולן אינעם שטאַט וויקטאָריע — ביז דרײַסיק טויזנט אויסטראַלישע דאָלאַרן אַ יאָר פֿאַר יעדן תּלמיד, וואָס לערנט זיך אויף מאַטורע אינעם צוועלפֿטן קלאַס. דער ביליקסטער שׂכר-לימוד פֿאַר אַ צוועלף-יעריק קינד אין אַ מעלבורנער ייִדישער טאָגשול איז צען טויזנט דאָלאַר אַ יאָר.

אַן ערך אַ פֿערטל פֿון די משפּחות פֿון די תּלמידים אין די ייִדישע טאָגשולן קריגן הנחות, אָבער אַן אויספֿאָרשונג ווײַזט אַז דרײַסיק פּראָצענט פֿון די ייִדישע עלטערן אין מעלבורן און סידנעי וועלכע האָבן קינדער, וואָס זײַנען ייִנגער ווי 21 יאָר זאָגן אַז זיי שיקן זייערע קינדער זיך לערנען אין די עפֿנטלעכע קינדערשולן צוליב דעם הויכן פּרײַז פֿון שׂכר-לימוד בײַ די ייִדישע טאָגשולן. פֿאָרשטייער פֿון דער מעלבורנער קהילה זײַנען זיך מודה אַז דער הויכער קאָסט פֿון שׂכר-לימוד בײַ די ייִדישע טאָגשולן איז אַ וויכטיקע פּראָבלעם נישט נאָר פֿאַר אינדיווידועלע משפּחות, נאָר אויך פֿאַר דער קהילה בכלל.

דער 8־יאָריקער שאַך־טשעמפּיאָן, דזשיי לאַנדוי
דער 8־יאָריקער שאַך־טשעמפּיאָן, דזשיי לאַנדוי

ייִדישער שאַך-טשעמפּיאָן געווינט אַ נאַציאָנאַלע פּרעמיע

דער 8־יעריקער ייִדישער שאַך-טשעמפּיאָן פֿון מעלבורן, דזשיי לאַנדוי, האָט געוווּנען אַכט פֿון די נײַן מעטשן וועלכע ער האָט געשפּילט בײַ אַ פֿינף-טאָגיקן פֿאַרמעסט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין סידנעי. ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, אַנערקענט מען אים ווי דער בעסטער שאַך־שפּילער אין זײַן עלטער אין גאַנץ אויסטראַליע. דאָס איז געשען נאָך דעם ווי ער האָט געוווּנען דעם טיטל ווי דער בעסטער שאַך־שפּילער פֿון זײַן עלטער אינעם שטאַט וויקטאָריע אין אָקטאָבער 2013. דזשיי האָט אָנגעהויבן שפּילן שאַך אין עלטער פֿון פֿיר יאָר און האָט אָנגעהויבן צו שפּילן אין שאַך-פֿאַרמעסטן אין עלטער פֿון פֿינף יאָר. ער שפּילט קעגן עלטערע קאָנקורענטן פּנים-על-פּנים און אויך אויף דער אינטערנעץ.

די אויסטראַלישע ייִדישע היסטאָרישע געזעלשאַפֿט רופֿט תּלמידים צו שרײַבן עסייען

די אויסטראַלישע ייִדישע היסטאָרישע געזעלשאַפֿט האָט גערופֿן זעכצן-יעריקע מיטלשול־תּלמידים צו שרײַבן עסייען אויף דער טעמע, „אַן אַספּעקט פֿון ייִדישן לעבן אין אויסטראָלאַזיע‟ (דאָס הייסט, אין אויסטראַליע אָדער אין נײַ-זעלאַנד). דער געווינער פֿונעם פֿאַרמעסט וועט געווינען טויזנט דאָלאַר. די פֿינף בעסטע עסייען וועלן פּרעמירט ווערן. די עסייען דאַרפֿן באַשטיין פֿון צווישן 1,500 און 5,000 ווערטער. די געזעלשאַפֿט האָט באַטאָנט אַז כאָטש די ייִדישע אָרגאָניזאַציעס דערמוטיקן דעם אינטערעס פֿון די תּלמידים אין מדינת־ישׂראל, איז וויכטיק אַז זיי זאָלן זיך אויך פֿאַראינטערעסיקן אינעם לאַנד וווּ זיי וווינען. אַלע ייִדישע מיטשול־תּלמידים פֿון זעכצן יאָר אין אויסטראַליע מעגן אָנטיילנעמען אין דער קאָמפּעטיציע.

דער „פֿאַראייניקטער ישׂראלדיקער אַפּיל‟ גרייט צו אַ רשימה רעדנערס אויפֿן נײַעם יאָר

דער „פֿאַראייניקטער ייִדישער אַפּיל‟ אין אויסטראַליע גרייט צו זײַן רשימה רעדנערס וועלכע וועלן אָנטיילנעמען אין זײַן הײַ-יאָריקער געלט-זאַמלערײַ לטובֿת מדינת־ישׂראל. עס קומען קיין אויסטראַליע: מיכאל אָרען, דער געוועזענער אַמבאַסאַדאָר פֿון דער מדינה אין אַמעריקע
ראָנאַ ראַמאָן, די אלמנה פֿון ישׂראלס ערשטן קאָסמאָס-פֿליער
ד”ר ראָנען בערגמאַן, דער זשורנאַליסט און שרײַבער
ראובֿן בן-שלום, דער זשורנאַליסט
כאַלעד אַבו טאָאַמע, דער אַראַבישער זשורנאַליסט, לעקטאָר און פֿילמאָגראַף
נדבֿ בן-יהודה, דער אַטלעט

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.