מאָסקווע און ירושלים: מאָדנע פֿאַרהאַנדלונגען

Strange Negotiations Between Moscow and Jerusalem

דער רוסישער אויסערן־מיניסטער סערגיי לווראָוו (רעכטס) מיטן ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן, אין מאָסקווע, דעצעמבער 2013
Getty Images
דער רוסישער אויסערן־מיניסטער סערגיי לווראָוו (רעכטס) מיטן ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן, אין מאָסקווע, דעצעמבער 2013

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 11, 2014, issue of February 28, 2014.

איך האָב שוין אַ פּאָר מאָל זיך אַרויסגעזאָגט וועגן אוקראַיִנע, און לויט די אָפּרופֿן וואָס קומען אָן, זײַנען ניט אַלע לייענער צופֿרידן מיט דעם וואָס איך שרײַב (בכלל, און וועגן אוקראַיִנע בפֿרט). מע האָט פֿאַרשיידענע, בתוכם באַרעכטיקטע, טענות, און איך אָנערקען עס. בינו-לבינו שרײַבט עמעצער, אַז איך האָב געדאַרפֿט דערקלערן בעסער די סטרוקטור פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון אוקראַיִנע. מע פֿרעגט, למשל, צי דאָרטן וווינען, דער עיקר, רוסן און פּאָליאַקן. דער ענטפֿער איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ פּשוטער: דאָרטן וווינען, קודם-כּל, אוקראַיִנער, און די קריגערײַ גייט צווישן זיי — מענטשן פֿון איין פֿאָלק, אָבער מיט פֿאַרשיידענע וועלטבאַנעמען. (דאָס דערמאָנט מיר, אַגבֿ, אַז אין 1928 אָדער 1919 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געמוזט דערקלערן זײַנע לייענער ווער עס זײַנען די ליטווינער.)

די הײַנטיקע טעמע האָט אַ דירעקטן שײַכות צו ישׂראל (איך דאַרף ניט דערמאָנען, אַז ס’רובֿ ישׂראלים זײַנען ייִדן), אָבער אוקראַיִנע וועט ניט אין גאַנצן פֿאַרגעסן ווערן, ווײַל ווי איר וועט זען, איז דאָ אַ סמיכות-הפּרשה. די זאַך איז, אַז דעם 9טן דעצעמבער האָט דער ישׂראלדיקער אויסערן-מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן געלאָזט וויסן, אַז אין יאָר 2014 האָט זײַן רעגירונג בדעה אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך מיטן צאָל-פֿאַראיין, אין וועלכן עס גייען אַרײַן רוסלאַנד, ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן. דאָס הייסט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג קלײַבט זיך אָפּצוטאָן, אין תּוך אַרײַן, דאָס זעלבע, וואָס עס האָט געוואָלט דערגרייכן דער איצטיקער אוקראַיִנישער פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, און וואָס עס האָט אַרויסגערופֿן די גאַנצע בהלה אין אוקראַיִנע.

די רעאַקציע אויף דעם ישׂראל-רוסישן פּלאַן איז, אָבער, גאָר אַן אַנדערע, ניט אַזאַ ווי אין אוקראַיִנע. מע זעט עפּעס ניט (גאָט צו דאַנקען), אַז עמעצער זאָל פֿאַרוואַנדלען דעם צענטער פֿון ירושלים צי תּל-אָבֿיבֿ אין אַ ברענענדיקער חורבֿה; מע פֿאַרכאַפּט ניט קיין מלוכישע בנינים, און מע הערט ניט קיין נעגאַטיווע רעאַקציע מצד דער רוסישער רעגירונג, כאָטש דווקא מאָסקווע האָט די גאַנצע צײַט געטענהט, אַז מע טאָר בשום-אופֿן ניט קאָמבינירן אַן אָפּמאַך מיט רוסלאַנד-ווײַסרוסלאַנד-קאַזאַכסטאַן פֿון איין זײַט מיט אַ שותּפֿות מיט דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, פֿון דער אַנדערער זײַט. ישׂראל האָט שוין אַ שותּפֿות מיט אייראָפּע, אָבער רוסלאַנד מאַכט פֿון דעם ניט קיין וועזן, גלײַך ווי דאָס איז ניט קיין מניעה פֿאַר קאָאָפּעראַציע מיטן צאָל-פֿאַראיין.

עקאָנאָמיסטן האָבן געהאַט דערקלערט נאָך מיט אַ צײַט צוריק, אַז טעכניש קען מען ביידע זאַכן קאָמבינירן. די פֿראַגע איז נאָר צו וועלן עס טאָן. אין שײַכות מיט אוקראַיִנע, האָט וולאַדימיר פּוטינען געלוינט צו פֿאָדערן „אָדער — אָדער‟. ווען די רייד גיין וועגן ישׂראל, איז מאָסקווע אַ סך בייגעוודיקער און איז גרייט, אַ פּנים, אַרײַנצוגיין אין אַ ménage à trois. מיט אַנדערע ווערטער, די אונטערהאַנדלונגען מיט ישׂראל אַנטפּלעקן די צבֿועקישקייט פֿון דער מאָסקווער פּאָליטיק לגבי איר „ברידערלעכן שכן‟.

פֿאַר וואָס דאַרף רוסלאַנד די פֿאַרבינדונג מיט ישראל? קודם-כּל, וועט עס שטאַרקער מאַכן דעם צאָל-פֿאַראיין און אים צוגעבן אַ מין אינטערנאַציאָנאַלן, מחוץ-סאָוועטישן חן. דורך ישׂראל קענען אין רוסלאַנד קומען נײַע אינוועסטיציעס, גרינגער וועט ווערן דער צוטריט צו מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס. דערצו קען מען עפּעס פֿאַרקויפֿן אין ישׂראל און דורך ישׂראל, בפֿרט איצט, ווען אין יענע מקומות האָט מען געפֿונען גאַז, און רוסלאַנד האָט דאָך אַ גרויסע דערפֿאַרונג אין דעם דאָזיקן געביט.

ישׂראל לוינט עס אויך: ס’איז דאָך אַ דירעקטער צוטריט צו אַ מאַרק מיט 150 מיליאָן פּאָטענציעלע קונים. און דאָס איז דער מאַרק, וועלכער רעדט, דער עיקר, רוסיש, דאָס לשון וואָס איז זייער גוט באַקאַנט אין ישׂראל. אַבֿיגדור ליבערמאַן אַליין נייטיקט זיך ניט אין קיין איבערזעצער, ווײַל רוסיש איז זײַן ערשטע שפּראַך. הײַנט פֿאַרנעמט רוסלאַנד בערך דרײַ פּראָצענט אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן האַנדל פֿון ישׂראל, אָבער דער חלק האַלט אין איין וואַקסן און קען ווערן אַ סך גרעסער, אויב ביידע צדדים וועלן קענען צאָלן קלענערע שטײַערן. דערצו זײַנען דאָ סימנים פֿון אַ ווײַטערדיקער פֿאַרברייטערונג פֿון דעם צאָל-פֿאַראיין, ווײַל אַנדערע לענדער קוקן זיך צו צו אים. אונטערהאַנדלונגען מיט רוסלאַנד ווײַזן אויך די באַמיִונגען פֿון דער איצטיקער ישׂראלדיקער רעגירונג צו געפֿינען אַלטערנאַטיווע שותּפֿים, צו ווײַזן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און, אפֿשר נאָך מער, דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, אַז עס לאָזט זיך נאָך ניט אויס די וועלט מיט זיי. טאָמער אייראָפּע טראַכט וועגן בויקאָטירן ישׂראל, וועט ישׂראל געפֿינען אַנדערע פֿרײַנד, וועלכע זײַנען ניט אַזוי איבערקלײַבעוודיק, ווען די רייד גייט וועגן מענטשן-רעכט וכ’.

די סטראַטעגיע פֿון ליבערמאַנען און דער ישׂראלדיקער רעגירונג בכלל דאַרף זיך לייגן אויפֿן שׂכל. איך זאָג „דאַרף‟, ווײַל אויף מײַן שׂכל האָט זיך עס דערווײַל ניט געלייגט. מאָראַליש, זעט מיר אויס די גאַנצע איצטיקע רוסיש-ווײַסרוסיש-קאַזאַכיש-ישׂראלדיקע ליבע פּראָבלעמאַטיש. איך מיין דערמיט ניט רוסלאַנד גופֿא, נאָר דעם איצטיקן רעזשים. וועגן די רעזשימען אין ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן איז שוין ניטאָ וואָס צו רעדן. און בכלל, איז עס דען ניט מאָדנע צו קריכן אַהין, וווּהין עס ווילן ניט גיין אַפֿילו די אוקראַיִנער, וואָס זײַנען קולטורעל און היסטאָריש אַזוי נאָענט דעם צאָל-פֿאַראייניקטן עולם?