ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 12, 2014, issue of February 28, 2014.

פּראָיעקט זוכט ייִדיש־רעדנדיקע פֿרויען

די פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון בענטע קאַהאַן (ווראָצאַוו, פּוילן), צוזאַמען מיטן אָסלאָער ייִדישער מוזיי און „יונג־ייִדיש‟, זוכן פֿרויען אָנטיילצונעמען אין אַן אוישטעלונג, וואָס וועט שילדערן די ראָלע, וואָס פֿרויען שפּילן אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור. די אָרגאַניזירער בעטן, אַז די פֿאַראינטערסירטע זאָלן אַרײַנשיקן אַ קורצן ווידעאָ פֿון זיך, אין וועלכן די אָנטייל־נעמער רעדן 30 סעקונדעס און רופֿן אָן זייער נאָמען, וווּ זיי וווינען איצט, וווּ זיי זענען אויפֿגעוואַקסן, זייער היימשטאָט, פֿאַך, און זייערע הויפּט־אינטערעסן.

די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן, אַז זיי וועלן קענען צוזאַמענשטעלן אַ קאָלעקציע פֿון פֿרויען מיט פֿאַרשידענע לעבנס־שטייגערס און דורות, וועלכע רעדן פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן. כּדי אָנטיילצונעמען אינעם פּראָיעקט, שיקט אַרײַן אײַער ווידעאָ, צוזאַמען מיט אײַער נאָמען אויף yiddishfroy@gmail.com אָדער exhibition@fbk.org.pl

ייִדישע קלאַסן און פּראָגראַמען איבער דער וועלט

פֿרילינג־פּראָגראַם בײַם ייִדיש־פֿאַרם: אַ פֿרילינג־אולפּן אין ייִדישער שפּראַך וועט פֿאָרקומען בײַם ייִדיש־פֿאַרם אין גושן, ניו־יאָרק פֿונעם 17טן ביזן 24סטן מאַרץ. די אינטענסיווע פּראָגראַם וועט לערנען דעם עקוויוואַלענט פֿון איין זמן ייִדיש אין בלויז זיבן טעג. די אָנטייל־נעמער וועלן רעדן נאָר ייִדיש דורכאויס דער גאַנצער פּראָגראַם, און וועלן עסן וואָס מע פּראָדוצירט אויפֿן פֿאַרם. זיי וועלן אויך לערנען 30 ייִדישע לידער אויף אויסנווייניק און אַרבעטן מיט די חיות יעדן טאָג אין דער פֿרי. די אַפּליקאַציעס ווערן אָנגענומען ביזן 28סטן פֿעברואַר.

פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט נפֿתּלי איידלמאַן: naftali@yiddishfarm.org אָדער באַזוכט: https://yiddishfarm.org/springprogram.html

אינטענסיווע ייִדיש־קלאַסן אין אַטענס, אָהײַאָ

ד׳׳ר שבֿע צוקער וועט אָנפֿירן מיט אַן אינטענסיווער סוף־וואָך פֿון קלאַסן אין ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿאַר 6 ביז 13 מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן. די קלאַסן וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 2טן ביזן 5טן מײַ אין אַטענס, אָהײַאָ. די סטודענטן וועלן שמועסן אויף ייִדיש, לייענען אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאַרטיפֿן זיך אין דער ייִדישער גראַמאַטיק. אַפּליקאַציעס ווערן אָנגענומען ביזן 24סטן מאַרץ. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע און רעגיסטראַציע פֿאַרבינדט זיך מיט ד׳׳ר צוקער אויף sczucker@aol.com

אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אין וואַרשע

די „אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור‟ בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער קולטור‟ אין וואַרשע וועט הײַיאָר פֿאָרקומען צום 12טן מאָל פֿונעם 30סטן יוני ביזן 18טן יולי. די אָנטייל־נעמער וועלן געניסן פֿון 60 שעה שפּראַך־קלאַסן, וואַרשטאַטן וועגן ייִדישע לידער, טעאַטער, און ווי אַזוי צו לייענען ייִדישע כּתבֿ־ידן. די סטודענטן וועלן אויך באַזוכן דעם ייִדישן בית־עולם און די אַמאָליקע וואַרשעווער געטאָ. צווישן די לערערס, וועלכע וועלן אָנטיילנעמען אין דער פּראָגראַם זענען: ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטענבוים פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ, רפֿאל גאָלדוואַסער פֿונעם „לופֿט־טעאַטער‟ אין שטראַסבערג, פֿראַנקרײַך, ד׳׳ר אַגאַטאַ קאָנדראַט פֿונעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, ד׳׳ר מאָניקאַ גאַרבאָווסקאַ פֿונעם מאַרי קירי־סקלאָדאָווסקאַ אוניווערסיטעט אין לובלין און די כּלי־זמרים דזשעף וואַרשואַר און דבֿורה שטראַוס פֿון ניו־יאָרק. אַפּליקאַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 31סטן מײַ. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט //www.yiddishland.pl/index.php/en/courses אָדער פֿאַרבינדט זיך מיט jidysz@shalom.org.pl.

קלאַסן אין אַלט־ייִדיש בעת דער ווילנער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור

שוין צום 16טן יאָר קומט פֿאָר די ווילנער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם ווילנער אוניווערסיטעט. די הײַיאָריקע פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 20סטן יולי ביזן 15טן אויגוסט. די הײַיאָריקע לערערס וועלן זײַן ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער (אינדיאַנע־אוניווערסיטעט), ד׳׳ר דזשעראָלד פֿרייקס (בופֿאַלאָ־אוניווערסיטעט), ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטנבוים (בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ), ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק (יאַגעלאָנער אוניווערסיטעט), און ד׳׳ר אַנאַ ווערשיק (העלסינקער אוניווערסיטעט).

אין צוגאָב צו די געוויינטלעכע קלאַסן אין דער ייִדישער שפּראַך פֿאַר אָנהייבער, מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן, וועט ד׳׳ר פֿרייקס דורכפֿירן אַ סעמינאַר פֿון אַלט־ייִדיש אויפֿן יסוד פֿון זײַן נאָך־ניט־דערשינענעם לערנביכל. דאָס לערנביכל טראָגט מיט זיך דעם ציל פֿון לערנען די סטודענטן, ווי אַזוי צו לייענען די ווערק „יוסף הצדיק‟, און „פּאַריז און ווין‟. דער סעמינאַר וועט אויך אַרײַנעמען אַנדערע טעקסטן פֿון פֿאַרשידענע קוואַלן און זשאַנערן. די סטודענטן וועלן לערנען ווי אַזוי צו לייענען אַלט־ייִדישע ביכער און אַלט־ייִדישע כּתב־ידן.

ייוואָ־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך

די הײַיאָריקע ייִוואָ־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור וועט פֿאָרקומען פֿונעם 23סטן יוני ביזן ערשטן אויגוסט פֿאַר די שפּראַך־קלאַסן פֿאַר אָנהייבער און פֿונעם 30סטן יוני ביזן ערשטן אויגוסט פֿאַר די קלאַסן פֿאַר מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן. אין צוגאָב צו די קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך וועט מען אויך האַלטן נאָכמיטאָגדיקע קלאַסן וועגן דער ייִדישער קולטור. די הײַיאָריקע שפּראַך־לערערס זענען פּערל טײַטלבוים, ד׳׳ר שבֿע צוקער, ד׳׳ר מרים טרין (העברעיִשער אוניווערסיטעט) און ד׳׳ר אליעזר ניבאָרסקי (העברעיִשער אוניווערסיטעט). ד׳׳ר חוה לאַפּין (קווינס־קאָלעדזש) און ד׳׳ר דזאָשואַ קאַרליפּ (ישיבֿה־אוניווערסיטעט) וועלן אָנפֿירן מיט די קלאַסן וועגן דער ייִדישער קולטור. אַלע קלאַסן וועלן פֿאָרקומען אין בנין פֿונעם ייִוואָ אויף דער 16טער גאַס.

אַפּליקאַציעס פֿאַר סטודענטן, וואָס ווילן באַקומען סובסידיעס צו דעקן די קאָסטן פֿונעם אָנטייל־נעמען אין פּראָגראַם און פֿאַר אויסלענדישע סטודנעטן, וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 5טן מאַרץ. אַלע אַנדערע אַפּליקאַציעס וועלן באַטראַכט ווערן ביזן 30סטן אַפּריל. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט לאה פֿאַלק בײַ 8103־294־212 צוגאָג־נומער 5167 אָדער lfalk@yivo.chg.org אָדער באַזוכט: //yivo.bard.edu/summer/

רעפֿעפראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל

תּל־אָבֿיבֿ: מיטוואָך, דעם 19טן פֿעברואַר, 11:30 פֿאַר־מיטאָג וועט פֿאָרקומען אַ רעפֿעראַט פֿון ד׳׳ר נתי כּהן „מענדעלע מוכר ספֿרים - געזעלשאַפֿטלעכע קריטיק אין זײַנע שאַפֿונגען‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט אסתי ניסים זינגען. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען בײַם „אַרבעטער־רינג‟, 48 קאַלישער גאַס. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט 6764־517־03.

חדרה: מאָנטיק, דעם 24סטן פֿעברואַר וועט לייב כאַרקאָווער האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „די ייִדישע פּרעסע: אַן איבעבליק‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען בײַ דער „הדרה- געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟, 20 ששת הימים גאַס. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט 6493־622־04