פֿאַרבײַטן אייב פֿאַקסמאַן? אוממעגלעך

Replacing Abe Foxman? Impossible

JTA/David Karp

פֿון דזשיי דזשיי גאָלדבערג (Forward)

Published February 12, 2014, issue of February 28, 2014.

נאָך דעם ווי אייב פֿאַקסמאַן וועט זיך פּענסיאָנירן אין יולי 2015, וועט די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ (ADL) זיכער געפֿינען אַ נײַעם לאַנדישן דירעקטאָר. די פֿראַגע איז: ווי קען מען פֿאַרבײַטן אייב פֿאַקסמאַן אַליין?

מע וועט זיכער נישט געפֿינען קיין מענטש, וועלכער האָט אַזוי פֿיל קאָנטאַקטן אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אָדער אין דער וועלט בכלל; וועלכער פֿאַרשטייט אָן אַ שיעור ענינים, ווי די געזעצן וועגן ציווילע רעכט און די פּאָליטיק אין מיטעלן מיזרח; וועלכער פֿילט זיך פֿרײַ בײַם שמועסן וועגן דער תּורה און בײַם דיסקוטירן האָליוווּד; אָדער וועלכער איז אַזוי געניט בײַם פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען און זאַמלען געלט.

צום טייל, איז פֿאַקסמאַן אַליין שולדיק, ווײַל ער האָט זיך קיין מאָל נישט צוגעגרייט אַ יורש. במשך פֿון זײַן קאַדענץ האָט די ADL געדינט ווי The Abe Show. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 27 יאָר איז פֿאַקסמאַן נישט בלויז געווען דער הויפּט פֿון דער ADL, נאָר ממש אַ וואָרטזאָגער פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן. געוויסע אָבסערוואַטאָרן רופֿן אים, האַלב־וויצלנדיק, דער ייִדישער פּויפּסט. ווען די צײַטונגען ווילן וויסן, וואָס ס׳טראַכטן די אַמעריקאַנער ייִדן, קלינגען זיי צו פֿאַקסמאַן. אַוודאי, זענען דאָ אַנדערע פֿירער פֿון גרויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אָבער פֿאַקסמאַן איז דער איינציקער, וואָס מע קען טאַקע אים בײַם נאָמען. מע קען אים ווי „דער מענטש וואָס אַטאַקירט די אַנטיסעמיטן‟.

פֿאַקסמאַן קווענקלט זיך נישט אויסצודריקן אַ מיינונג דורך די פּרעסע־קאָמוניקאַטן: וועגן די רעכט פֿון האָמאָסעקסואַלן, אַבאָרטן־רעכט, דעם קאַמף קעגן ראַסיזם און איסלאַמאָפֿאָביע. אָבער ער איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם.

פֿון דעסטוועגן, האַלט ער נישט, אַז קריטיק פֿון ישׂראל איז במילא אַ סימן פֿון אַנטיסעמיטיזם. ער מאַכט אַן אונטערשייד צווישן אַנטיסעמיטיזם, אַנטי־ציוניזם און אַן אומיושרדיקע קריטיק פֿון מדינת־ישׂראל. ווען אַנדערע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע פֿירער פֿאַרדאַמען די לינק־געשטימטע באַוועגונגען „שלום עכשיו‟ און JStreet, וועט פֿאַקסמאַן זיי פֿאַרטיידיקן — נישט צוליב זייערע שטעלונגען, נאָר צוליב זייער רעכט אויסצודריקן אַ מיינונג און נאָך אַלץ ווערן פֿאַררעכנט ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער קהילה.

זײַן פּאָזיציע ווי דער „ייִדישער פּויפּסט‟ דערלויבט אים אויך צו טאָן אַ זאַך, וואָס כּמעט קיין אַנדערע ייִדישע פֿיגור קען אָדער וויל נישט טאָן: מוחל זײַן די מענטשן, וועלכע האָבן געמאַכט אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען, אויב זיי דריקן אויס חרטה. ווען עמעצער זאָגט, למשל, אַז ער האָט נישט געמיינט וואָס ער האָט געזאָגט, אָדער אַז מע האָט אים שלעכט פֿאַרשטאַנען, וועט פֿאַקסמאַן אים אויסהערן, אָנשרײַבן אַ דאַנקבריוו, און אַפֿילו צונויפֿרופֿן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, כּדי מפֿרסם צו זײַן, אַז מע האָט זיך שוין איבערגעבעטן. אַזוי האָט פֿאַקסמאַן געטאָן מיט דזשעסי דזשעקסאָן, פּאַט ראָבערטסאָן און נעלסאָן מאַנדעלאַ.

במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר איז ער איינער פֿון די פֿיר מענטשן, וואָס די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע קלינגט זיי אָן, ווען זי וויל אָנטאַפּן דעם דופֿק פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה אָדער פֿאַרקויפֿן אַ געוויסע פּאָליטיק. דערפֿאַר איז נישט קלאָר, ווער ס׳וועט וועלן אָדער קענען טאָן דאָס, וואָס פֿאַקסמאַן טוט, ווען ער וועט מער נישט זײַן אויף דער בינע. די ADL וועט זיכער געפֿינען אַ נײַעם וואָרטזאָגער, אָבער די אַמעריקאַנער ייִדן — מסתּמא נישט.