צבֿיעותדיקע עטיק קעגן ייִדישן מוסר

Ethical Hypocrisy vs. Jewish Morality

ווער איז שולדיק? דער ייִד!
ווער איז שולדיק? דער ייִד!

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published February 13, 2014, issue of February 28, 2014.

איך װײס נישט װי בײַ אַנדערע מענטשן, נאָר לױט מײַן אײגענער מײנונג, איז דער ניװאָ פֿון דער קולטורעלער אַנטװיקלונג ענג פֿאַרבונדן מיט זײַן פּראַקטישער באַציִונג צום מענטשנס לעבן און מיטן ניװאָ פֿונעם כּבֿוד צו די טױטע; ס’הייסט, װאָס העכער עס איז דער ניװאָ פֿונעם כּבֿוד צו די מענטשנרעכט פֿון די לעבעדיקע, װי אױך צום אָנדענק פֿון די טױטע, אַלץ העכער איז דער אַלגעמײנער קולטור־ניװאָ פֿונעם פֿאָלק.

אַז מע לעבט אין אַזאַ קלײן לענדל, װי מדינת־ישׂראל, אַרומגערינגלט מיט שכנים, בײַ װעלכע דער לאָזונג „דער ציל באַרעכטיקט די מיטלען‟ — איז אַ טאָג־טעגלעכע װירקלעכקײט, אין אַזאַ קלײן לענדל זעט מען בײַ די שכנים אָן אַ שיִער בײַשפּילן פֿון אַ קאַפּױערדיקן צוגאַנג צום מענטשנס לעבן און טױט; אָט דער עטישלאָזער לאָזונג, כּמעט פֿאַרגעסענער אין די אַנטװיקלטע לענדער אױף אַלע קאָנטינענטן, װערט בײַ אונדזערע שכנים אַלץ מער צוגעדעקט מיט כּלערלײ רעליגיעזע פֿענער, װי מיט טױזנט פֿינף הונדערט יאָר צוריק, בעת די ערשטע מוסולמענישע און קריסטלעכע מלחמות. און פּונקט אַזױ װי דעמאָלט, זײַנען הײַנט אויך די ייִדן שולדיק אין אַלע מוסולמענישע צרות.

מײַן טאַטע, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט פֿון קינדװײַז אָן מיך צוגעװױנט צו די צײַטונגען און צו די אינפֿאָרמאַטיװע ראַדיאָ־אױדיציעס. די לעצטע פֿופֿציק יאָר האָט זיך ווייניק װאָס געביטן. איך הײב אָן און פֿאַרענדיק דעם טאָג מיט אַן איבערבליק פֿון די לעצטע נײַעס. כ’בין געבױרן געװאָרן און האָב כּמעט פֿערציק יאָר אָפּגעלעבט אין אײראָפּע, און, לױט מײַן מײנונג, איז די „פֿאַראײניקטע אײראָפּע‟ אפֿשר דער גרעסטער אױפֿטו אין דער מענטשלעכער געשיכטע זינט דעם צװײטן װעלט־קריג. דעריבער איז מיר לײַכטער צו פֿאַרשטײן דעם צוגאַנג פֿון די אײראָפּעיִשע פּאָליטיקער און זשורנאַליסטן אין מפֿרש צו זײַן די געשעענישן, װעלכע קומען פֿאָר אױף דער װעלט. דערצו נאָך איז דאָס צוהערן זיך צו די אײראָפּעיִשע ראַדיאָ־סטאַנציעס אַ נאַטירלעכע געװױנטשאַפֿט בײַ מיר נאָך פֿון יענע צײַטן, װען די אױדיציעס פֿון „די פֿרײַע אײראָפּע‟ און „ס’קול פֿון אַמעריקע‟ איז געװען די אײנציקע מעגלעכקײט צו באַקומען עפּעס אַן אינפֿאָרמאַציע הינטערן הערמעטיש-פֿאַרמאַכטן סאָװעטישן „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟.

מײַן צוטרױ צו דער אינפֿאָרמאַציע פֿון די־אָ ראַדיאָ- און טעלעװיזיע־סטאַנציעס איז געבליבן, װײַזט אױס, נאָך פֿון יענע ביטערע סאָװעטישע צײַטן. די טאָג־טעגלעכע „אײראָניוז‟־רעפּאָרטאַזשן פֿון אונדזערע נאָענטסטע שכנים — סיריע, עגיפּטן און לבֿנון, דערמאָנען מיר די שרעקלעכע קאַדרען פֿון דעם אַמאָל־נאָװאַטאָרישן דאָקומענטאַרן פֿילם „אַן אײנפֿאַכער פֿאַשיזם‟, געשאַפֿן פֿונעם באַרימטן קינאָ־רעזשיסאָר מיכאל ראָם; די זעלבע אוממענטשלעכע אַכזריותדיקײט צו יעדן אײנעם, װאָס איז ניט פֿון זײַן רעליגיעזער כּיתּה אָדער עטנישער גרופּע, און דער זעלבער, כּאילו אַ באַרעכטיקנדיקער שוץ־לאָזונג: „גאָט איז מיט אונדז!‟.

די גאַנצע װעלט קוקט אױף די פֿאַרברעכערישע מאָרדערײַען, װעלכע פֿאַרפֿלײצן די אַראַבישע לענדער מיט בלוט, און „שעמט זיך‟ אַרײַנצומישן זיך אין די אינערלעכע ענינים פֿון די „סוּװערענע מדינות‟, אַגבֿ, פֿולרעכטיקע מיטגלידער פֿון דער „יו־ען‟. מע קען פֿאַרשטײן די דעמאָקראַטישע לענדער, װעלכע האָבן נישט קײן ספֿק, אַז פֿון בײדע זײַטן קעמפֿן פֿאַרטיקע מענטשן־פֿרעסער, נאָר, סוף־כּל־סוף, דאַרף מען דאָך אױסקלײַבן, אַ װעלכע פֿון די „חיות‟ האָט אַ מער „מענטשלעך פּנים‟. ממש אַ דילעמע אױף די אײראָפּעיִשע קעפּ…

ניט צופֿעליק האָט אױך די אײראָפּעיִשע מאַסן־מעדיאַ מורא אָנצורופֿן דאָס „קינד‟ מיט זײַן אמתן נאָמען, דהײַנו — רעליגיעזע נאַציסטן, פֿון אײן זײַט, און פּשוט נאַציסטן — פֿון דער צװײטער. און אַז מע האָט מורא צו באַלײדיקן, חס־וחלילה, עפּעס אַ מערדער, נוצט מען דעם גוט אױסגעפּרוּװטן פֿאַרמאַסקירטן תּירוץ — אין אַלע צרות (אין סיריע, יעגיפּטן, לבֿנון, איראַן, פּאַקיסטאַן, אאַ”װ) איז שולדיק ארץ־ישׂראל אָדער סתּם ייִדן.

מיט אַ חודש צוריק איז, ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, געשטאָרבן דער געװעזענער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער אַריאל שרון. „אײראָניוז‟ האָט איבערגעריסן אירע כּסדרדיקע אױדיציעס און צװײ טעג נאָך אַנאַנד געהאַלטן אין אײן דערצײלן װעגן דעם פֿאַרשטאָרבענעם און װעגן דער רעאַקציע אױף זײַן פּטירה אין פֿאַרשײדענע לענדער, װי אױך די „גרױסע חגא‟ אין עזה און ראַמאַלע.

בעת אַריאל שרונס לװיה האָבן די „איסלאַמיסטן‟ פֿון עזה באַשאָסן מיט ראַקעטן דעם שטח פֿון שרונס נחלה, ניט װײַט פֿון עזה־שטרײַך. װעגן דעם „ניט װיכטיקן‟ פֿאַקט פֿון טעראָר האָט „אײראָניוז‟ פּשוט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען. אָבער אױף מאָרגן האָט „אײראָניוז‟, אין משך פֿון אַ גאַנצן טאָג, אָנגעהױבן אַלע אירע רעפּאָרטאַזש פֿון אַ מעלדונג, אַז דער ישׂראלדיקער אָנפּילאָטניק האָט באַשאָסן מיט ראַקעטן אַן אױטאָ אין עזה — ס’װײַזט אױס װי אַן ענטפֿער אױף דער נעכטיקער באַשיסונג פֿון ישׂראל מצד עזה־שטרײַך.

דער נאַיִװער אײראָפּעיִשער צושױער װעט גלײַך פֿאַרשטײן, אַז ישׂראל איז דער אומברחמנותדיקער אַגרעסאָר און די בידנע עזה־תּושבֿים לײַדן און װערן דערהרגעט, נעבעך, פֿון די „אַכזריתדיקע ייִדן‟, װעלכע שטערן די רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער פֿון עזה צו פּראַװען אַ חגא נאָך שרונס טױט. אָט אַזאַ מאָדנע זשורנאַליסטישע צבֿיעותדיקע אָביעקטיװקײט. אין אײן רעפּאָרטאַזש פֿון יאָרדאַניע האָט מען יאָ געפֿונען עפּעס אַן אַלטן פּאַלעסטינער בעדויִנער, װעלכער האָט אָנגעהױבן זײַן אינטערװיו מיט אַ מוסר, אַז ס’איז טאַקע ניט שײן צו פֿרײען זיך נאָך יענעמס טױט, נאָר דאָס איז זײער גוט, אַז אַזאַ „מערדער‟, װי שרון, איז געשטאָרבן.

אַז דער אײראָפּעיִשער צושױער זאָל ניט מײנען, אַז „אײראָניוז‟ איז, גאָט באַהיט, עפּעס אַ ניט קײן דעמאָקראַטיש באַשטימטע אָרגאַניזאַציע, האָבן זײ געפֿונען אַ יונגן פֿרומען אידיאָט, װעלכער האָט שיִער ניט געטאַנצט פֿאַר פֿרײד, אַז שרון איז נפֿטר געװאָרן. אָט אַזאַ שײנער גלײַכגעװיכט…

איך בין נישט קײן פֿרומער ייִד, אָבער טאַקע אַ ייִד, װעלכער האָט אַ ביסל געלערנט אין זײַן לעבן, און אַז מע רעדט שױן װעגן עפּעס מוסר־זאַכן בײַ די ייִדן, װיל איך דערמאָנען די גוט באַצאָלטע „יושר־זוכערס‟ פֿון כּלערלײ מאַס־מעדיאַ, אַז דער אמתער ייִדישער מוסר שטעקט אין אַ קורצן מדרש װעגן „קריעת־ים־סוף‟:

נאָך דעם װי די ייִדן זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם ים און דאָס מצרישע חײל איז דערטרונקען געװאָרן, האָבן די מלאָכים אין הימל אָנגעהױבן טאַנצן און זינגען, נאָר דער אײבערשטער איז געזעסן בײַ דער זײַט און געװײנט. פֿרעגן אים די מלאָכים: „אַלמעכטיקער, װאָס װײנסטו? דו האָסט דאָך נאָר װאָס געראַטעװעט דײַנע געליבטע קינדער… ס’איז אַ גרױסע שׂימחה!‟ — „יאָ… נאָר װי קען איך ניט װײנען, װען איך האָב נאָר װאָס דערטראָנקען מײַנע אַנדערע קינדער?…‟

איך דערמאָן זיך אין דעם מדרש יעדעס מאָל, װען איך דערזע טרערן בײַ מײַן פֿרױ, װען זי זעט די שרעקלעכע קאַדרען פֿון סיריע. און איך װײס, אַז מײַן פֿרױס װײטיקדיקע טרערן נאָך די דערמאָרדעטע סירישע קינדער זײַנען דער אמתער ייִדישער מוסר, װעלכער, איך האָף, װעט אַ מאָל באַזיגן סײַ דעם מערדערישן צוגאַנג צום מענטשנס לעבן און סײַ דעם צבֿיעותדיקן צוגאַנג צום פֿאָלק־ישׂראל.