סטערעאָטיפּן וועגן געמישטע חתונות — איבערגעקערט

Intermarriage Stereotype Flips in Recent Years

אַרטור מילער מיט זײַן פֿרוי, מערילין מאָנראָ
Getty Images
אַרטור מילער מיט זײַן פֿרוי, מערילין מאָנראָ

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייציז (Forward)

Published February 14, 2014, issue of March 14, 2014.

ווען עס גייט אַ רייד וועגן געמישטע חתונות, שטעלן אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זיך פֿאָר אַ ברוקלינער ייִדן מיט טונקעלע האָר, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ בלאָנדער שיקסע, וועלכע האָט ליב קוקוקוזע און גייט אין אַ פּראָטעסטאַנטישן קלויסטער. אַ באַקאַנטער מוסטער איז אַרטור מילער און מערילין מאָנראָ. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט דער דעמאָגראַפֿישער פֿאָרש־אינסטיטוט „פּיו‟ פֿאַרענפֿלעכט אַ באַריכט, לויט וועלכן מיט צענדליקער יאָר צוריק איז אפֿשר טאַקע געווען אַזאַ טענדענץ — אָבער נישט הײַנט. דער הײַנטיקער טיפּישער מוסטער איז נאַטאַלי פּאָרטמאַנס חתונה מיט בענדזשאַמין מיליפּיד.

סטיווען כּהן, אַ פֿירנדיקער מומחה אין דער ייִדישער קהילה־סאָציאָלאָגיע און אַ פּראָפֿעסאָר בײַם „העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש‟ האָט דערקלערט, אַז ביז די 1970ער יאָרן איז די צאָל חתונות צווישן די ייִדישע מענער און נישט־ייִדישע פֿרויען געווען דרײַ מאָל גרעסער, ווי צווישן די ייִדישע פֿרויען און נישט־ייִדישע מענער. להיפּוך, זענען אינעם פּעריאָד פֿון 2000 ביז 2013 דווקא די ייִדישע פֿרויען געשטאַנען אין שפּיץ פֿונעם דאָזיקן פּראָצעס, מיט אַ קליינער איבערוואָג איבער מענער.

כּהן האָט צוגעגעבן, אַז וואָס שײַך חינוך, האָבן די הײַנטיקע געמישטע משפּחות מיט ייִדישע מאַמעס דעם זעלבן קליינעם שאַנס צו דערציִען זייערע קינדער ווי ייִדן, ווי די ייִדישע מענער, וואָס האָבן חתונה געהאַט מיט שיקסעס. אין די 1980ער יאָרן, האָט אַ העלפֿט פֿון די ייִדישע מאַמעס אין אַזאַ סיטואַציע געהאָפֿט צו געבן זייערע קינדער אַ ייִדישע דערציִונג — אין פֿאַרגלײַך מיט 19 פּראָצענט ייִדישע מענער. זינט 2000, איז דער פּראָצענט צווישן די פֿרויען געפֿאַלן ביז 15 פּראָצענט.

די סטאַטיסטיק האָט אַרומגענומען בערך 3,500 ייִדן; מע האָט גענומען אין באַטראַכט נאָר די, וואָס האָבן חתונה געהאַט אינעם געפֿאָרשטן פּעריאָד. ס׳זעט אויס, אַז אַן אַנדער אַלטער סטערעאָטיפּ איז אויך מער נישט אַקטועל — אַז די ייִדישע מאַמעס אין די געמישטע משפּחות, ווי מע האָט פֿריִער געטראַכט, זאָרגן זיך וועגן דער ייִדישער דערציִונג פֿון זייערע קינדער.

קערען מאַק׳גיניטי, אַ פֿאָרשערין פֿונעם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, האָט דערקלערט, אַז די נײַע טענדענץ איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס אַ סך ייִדישע פֿרויען באַקומען הײַנט אַ גוטע פּראָפֿעסיאָנעלע בילדונג און אַרבעטן צוזאַמען מיט נישט־ייִדישע מענער. כּהן גרייט זיך איצט אַרויסצוגעבן איר בוך „געמישטע חתונות: ייִדישע מענער, זיווגים און קינדער־דערציִונג‟.

לויט כּהנס אַנאַליז פֿון דער דעמאָגראַפֿישער אינפֿאָרמאַציע, לעבן 53 פּראָצענט ייִדישע מענער, וואָס האָבן חתונה געהאַט פֿון 2000 ביז 2013, מיט נישט־ייִדישע פֿרויען. צווישן די פֿרויען באַטרעפֿט דער פּראָצענט פֿון געמישטע חתונות אינעם זעלבן פּעריאָד 62 פּראָצענט. פֿאַרן יאָר 1969, זענען די ציפֿערן געווען אינגאַנצן אַנדערע; 22 פּראָצענט ייִדישע מענער און בלויז 8 פּראָצענט פֿרויען האָבן אין יענע צײַטן אויסגעקליבן אַ נישט־ייִדישן זיווג.