קאָמיקער סיד סיזער געשטאָרבן צו 91 יאָר

Comic Sid Caesar Dead at Age 91

סיד סיזער
סיד סיזער

פֿון „רויטערס‟ און Forward

Published February 14, 2014, issue of March 14, 2014.

סיד סיזער, אַ ייִדישער פּיאָנער פֿון קאָמעדיע אין דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע, איז געשטאָרבן מיטוואָך צו 91 יאָר, האָט איבערגעגעבן זײַן פֿרײַנד און געוועזענער קאָלאַבאָראַטאָר, קאַרל רײַנער.

הגם זײַן קאַריערע אין טעלעוויזע און קינאָ האָט זיך געצויגן 60 יאָר, איז סיזער, צום בעסטן, באַקאַנט פֿאַר זײַן פּראָגראַם, Your Show of Shows — נײַנציק מינוט פֿון הומאָריסטישע סקיצעס, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן יעדן שבת־צו־נאַכטס. איינע פֿון זײַנע פּאָפּולערסטע ראָלעס איז געווען פּראָפֿעסאָר וואָטסיזניים (What‘s His Name אַרויסגערעדט מיט אַ ייִדישן אַקצענט), וועלכער האָט פֿעיִק נאָכגעמאַכט פֿרעמדע שפּראַכן, כאָטש אַלע ווערטער זענען געווען אויסגעטראַכטע.

יצחק סידני סיזער איז געבוירן געוואָרן אין 1922. זײַן מאַמע, אידאַ רפֿאל, איז געווען אַ ייִדישע אימיגראַנטקע פֿון רוסלאַנד, און זײַן טאַטע, מאַקס סיזער — אַן אימיגראַנט פֿון פּוילן. דער טאַטע איז געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון אַ „לאָנטשאָנעט‟ (אַ באַשיידענער רעסטאָראַן) אין יאָנקערס, ניו־יאָרק.

דער יונגער סיד האָט זיך אויסגעלערנט גוט שפּילן דזשעז־סאַקסאָפֿאָן און געקלערט צו מאַכן אַ קאַריערע דערפֿון. שפּעטער איז ער אַריבער אויף קאָמעדיע, אָבער ווי אַ סך דזשעז־מוזיקער האָט ער לאַנגע יאָרן געליטן פֿון אַן אַדיקציע צו משקה און פּילן.

אין Your Show of Shows און אין זײַן צווייטער פּראָגראַם — Caesar‘s Hour, האָט סיזער זיך אַרומגערינגלט מיט ייִדישע קאָמעדיע־שרײַבער, וועלכע זענען שפּעטער אַליין געוואָרן גרויסע שטערן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמעדיע: ניל סימאָן, וווּדי אַלען, מעל ברוקס, קאַרל רײַנער און לאַרי געלבאַרט.

זײַן הויפּט־שרײַבער איז דעמאָלט געווען מעל טאָלקין (1913־2007), געבוירן שמואל טאָלטשינסקי, אין אַ שטעטל לעבן אָדעס, אוקראַיִנע, וווּ ער האָט יונגערהייט איבערגעלעבט אַ פּאָגראָם. טאָלקין האָט אַ מאָל באַמערקט, אַז די שרעקלעכע רדיפֿות פֿון זײַנע קינדער־יאָרן האָבן געשאַפֿן בײַ אים אַ צוגאַנג „וווּ הומאָר איז, אין דער אמתן, געווען אַ טיפֿער כּעס, וואָס מע האָט בלויז געמעגט אויסדריקן דורך וויצן‟.

בעת אַן אינטערוויו מיט The Jewish Chronicle אין 2010, האָט סיזער געזאָגט: „מע קען געפֿינען אַ סך מאַטעריאַל פֿאַר קאָמעדיע אינעם ייִדישן לעבן, אָבער איך האָב זיך תּמיד באַמיט נישט חוזק צו מאַכן פֿון ייִדן. ס׳איז טאַקע אַ דינע גרענעץ… אַמאָל בין איך, למשל, געגאַנגען אין שיל, און דערזען ווי יעדער דאַוונט זייער גיך, און דערנאָך — ווען זיי האָבן געענדיקט, האָבן זיי צוגעמאַכט דעם סידור מיט אַ טראַסק — גלײַך ווי זיי האָבן ערשט געוווּנען אַ פֿאַרמעסט! דערנאָך האָבן זיי זיך ערשט אומגעקוקט צו זען, ווער פֿון די אַנדערע מתפּללים האָט שוין אויך געענדיקט. מיר האָט עס אויסגעזען זייער קאָמיש.‟

„מיר ייִדן שאַצן אָפּ אַ גוטן הומאָר, ווײַל אונדזער לעבן איז גאָר נישט אַזוי קאָמיש,‟ האָט סיזער צוגעגעבן. „טויזנטער יאָר האָבן מיר געליטן. האָבן מיר געדאַרפֿט געפֿינען אַ מיטל צו לאַכן דערפֿון, ווײַל אויב מע נעמט זיך צו ערנסט, קען מען זיך אויפֿעסן אַ לעבעדיקן.‟