לאָמיר זיך פֿאַרבעסערן ס’לשון

Let’s Improve Our Language

פֿון הערשל גלעזער

Published February 18, 2014, issue of March 14, 2014.

שמעון דזשיגאַן
שמעון דזשיגאַן

בײַ ייִדן איז דער גאַנג אַזאַ: אַ גאַנץ לעבן לערנט מען זיך. אַ למדן לערנט גמרא אָן אַ סוף — דער ים־התּלמוד האָט נישט קיין דנאָ. וועגן מאַמע־לשון פֿלעג זאָגן אונדזער אַלעמענס לערער, מרדכי שעכטער, אַז דער ים־הייִדיש איז אָן אַ דנאָ. אויך יודל מאַרק האָט אַזוי געהאַלטן: „איך האָב אָן אויפֿהער זיך צוגעלערנט ייִדיש [פֿון] עלטערע און ייִנגערע ייִדן פֿון אַלע שטעטלעך“. פֿון אַלע געבוירענע ייִדיש־רעדערס קען מען זיך לערנען. ווי סע שטייט אין תּהילים, „מכּל מלמדי השׂכּלתּי“, וואָס מע האָט אויסגעטײַטשט אין פּרקי אָבֿות „אַ קלוגער איז דער, וואָס לערנט זיך בײַ יעדן איינעם‟.

הייבן מיר פֿון הײַנט אָן אַ נײַע סעריע, וווּ מיר’ן זיך סטאַרען צו העלפֿן אונדזערע לייענער, ספּעציעל די אַמעריקאַנער געבוירענע, פֿאַרבעסערן ס’לשון. אַזוי ווי די ייִדישע פֿראַזעאָלאָגיע און אידיאָמאַטיק איז אַזוי אַנדערש פֿון דער ענגלישער, קומט אַן ענגליש־רעדער אָן זייער שווער זיך צוצואייגענען די ייִדישע אידיאָמאַטיק. (ווײַל מאַמע־לשון האָט אַזוי פֿיל בשותּפֿות מיט פּויליש און מיט רוסיש, קומט עס אָן אַ סך גרינגער די רעדער פֿון יענע לשונות.)

מיט ווערבן איז, למשל, שווער — די זעלביקע פּרעפֿיקסירטע ווערבן האָבן בדרך־כּלל אין גאַנצן אַן אַנדער טײַטש אויף ענגליש ווי אויף ייִדיש. למשל, „אויסקומען“ איז נישט come out, „אויפֿשטעלן“ דעקט זיך נאָר צום טייל מיט put up; כאָטש „אויסגיין“ דעקט זיך צום טייל מיט go out, איז „אויסמאַכן“ נישט טײַטש make out…

נאָך דוגמות, וווּ ענגליש און ייִדיש דעקן זיך נישט: „האָבן צו טאָן מיט…“ איז נישט פּונקט דאָס זעלבע וואָס to have to do with; „וויי טאָן“ דעקט זיך בלויז צום טייל מיט to hurt.

צום מיינסטן רעקאָמענדיר איך זיך צולערנען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער נישט נאָר. איז אפֿשר זאָלן מיר אָנהייבן מיט אַ אונדזער באַליבטן קאָמיקער שמעון דזשיגאַן, וואָס זײַנע סקעטשן און מאָנאָלאָגן זענען אַרויס פֿון אונטער דער פּען פֿון משה נודעלמאַן און אַנדערע שרײַבער.

אין זײַן „זײַט מיך נישט מקנא“, באַקלאָגט זיך „יאַנקל“ (דזשיגאַנס אַ העלד, אַ קצבֿ אַ גראָבער־יונג, וואָס ווערט אַ גבֿיר און וויל מיטן געלט זיך אויספֿײַנען), אַז אים וואָלט געווען גוט ווי די וועלט ווען זײַנע גוטע־פֿרײַנד וואָלטן אים נישט מקנא געווען.

אָט ווי ער הייבט אָן: „כ’טראַכט אַזוי אַרײַן וואָס פֿאַר אַ מענטשן ס’איז אַלץ דאָ אויף דער וועלט… פֿאַרשיידענע טיפּן מיט מענטשן. זעט איר, איך בין אין גאַנצן אַן אַנדערער טיפּ מענטש. איך בין אַזאַ טיפּ מענטש, וואָס כ’בין קיינעמען נישט מקנא. פֿאַרקערט, מ’איז מיך מקנא. און אָפּגעהיטן זאָל מען ווערן, אַז מע פֿאַלט אַרײַן צווישן מענטשן אין די מײַלער. און אַז די מענטשן זענען נאָך גוטע־פֿרײַנד אויך, דאַרף מען זיך לעבעדיקערהייט באַגראָבן. אָדער מע באַרעדט מיך, אָדער מ’איז מיך מקנא“. (דאָ און דאָרטן האָב איך אַ קאַפּעלע רעדאַקטירט ס’לשון.)

וואָס קען מען זיך דאָ צולערנען? „וואָס פֿאַר אַ מענטשן ס’איז אַלץ דאָ אויף דער וועלט“; אָן דעם וואָרט „אַלץ“ איז דער זאַץ טײַטש what sort of people there are in the world; מיטן וואָרט „אַלץ“ ווערט עס there are so many different sorts of people in the world.

„זעט איר“ איז נישט טײַטש you see, נאָר conversely; now (as for me).

„אָפּגעהיטן זאָל מען ווערן“ איז there is nothing worse than; „אַז מע פֿאַלט אַרײַן צווישן מענטשן אין די מײַלער“ when you become the object of talk OR gossip. אויף מאַמע־לשון זענען בכּלל דאָ אַ סך אידיאָמען מיט גוף־טיילן; בלויז בײַ דזשיגאַנען טרעפֿט מען אַ היפּש ביסל. „קוקן מיט אויגן“, „לייענען מיט קאָפּ“ זענען פֿון די פֿאַרשפּרייטסטע; אַז דזשיגאַן וויל זאָגן, אַז יונגע מענטשן האָבן ליב בלויז איין זאַך, טאַנצן, זאָגט ער גאָר „דעם גאַנצן קאָפּ לייגן זיי אַרײַן אין די פֿיס“. איז „קאָפּ“ דאָ טײַטש full attention; מײַלער“ איז gossiping.

ווײַטער דערציילט דזשיגאַן, אַז „כ’בין אַרויסגעפֿאָרן מיט מײַן נײַעם אויטאָ, האָבן מיר די גוטע־פֿרײַנד אַזוי לאַנג מקנא געווען, ביז זיי האָבן מיר געגעבן אַן עין־הרע… איין מאָל בין איך געפֿאָרן אַ ביסל שנעלער, האָט מיר אַ טרעפֿיק־פּאָליציאַנט געוואָלט צונעמען די דערלויבעניש צו פֿאָרן. האָב איך געמאַכט אַ געוואַלד: דו ווילסט בײַ מיר צונעמען די דערלויבעניש צו פֿאָרן?… כ’האָב דען? כ’פֿאָר דאָך אָן דערלויבעניש. און אויס אויטאָ — מקנא געווען…“

איז ערשטנס, פֿאַרשטייט נישט „יאַנקל“, אַז ער טאָר נישט פֿאָרן אָן אַ שאָפֿער־ליצענץ. וואָס נאָך איז דאָ טשיקאַווע? נו, אַז דער פּאָליציאַנט נעמט זיך צון אים, זאָגט ער נישט „כ’האָב נישט קיין דערלויבעניש“, נאָר רעטאָריש: „כ’האָב דען?“ דאָס וואָרט „דען“ איז אַ וויכטיקער טייל פֿון רעטאָרישע פֿראַגעס אויף ייִדיש, זייער אַ פֿאַרשפּרייט שפּראַכמיטל בײַ ייִדן. נאָך אַ משל פֿון רעדן רעטאָריש: דער ישׂראלדיקער שרײַבער אפֿרים קישון האָט זיך אַ מאָל געוויצלט (אויף עבֿרית), אַז אַ ייִד קען מען דערקענען, ווײַל ווען מע פֿרעגט אים צי אין דרויסן איז הייס, ענטפֿערט ער: „ס’נישט קאַלט“. אויף מאַמע־לשון זאָגט מען אויך, אַ שטייגער, „אַנדערש קענסטו נישט?“ דאָרטן וווּ אויף ענגליש וואָלט מען געזאָגט Could you please stop doing that?

אויך „דאָך“ איז אַ וואָרט וואָס אָן דעם קען מען זיך נישט באַגיין. ס’איז טײַטש אַן ערך דאָס וואָס דאָס ענגלישע after all: ד”ה, וואָלטסט אָט דאָס געמעגט וויסן, אָבער אפֿשר ווייסטו נישט. דזשיגאַנס זאָג וואָלט געווען אויף ענגליש I am driving without a license after all. און „אויס אויטאָ“? No more car!

איז כּדאַי צו הערן דזשיגאַנען נישט בלויז אויף צו לאַכן, נאָר אויף זיך צוצולערנען מאַמע־לשון. איז לאָמיר זיך נעמען צו דער אַרבעט!