„קלוגע טעלעפֿאָנען‟: אַ סכּנה

Smartphones: Not Only A Danger for Hasidim

חסידים באַקומען פֿילטערס פֿאַר זײערע סמאַרטפֿאָנען
חסידים באַקומען פֿילטערס פֿאַר זײערע סמאַרטפֿאָנען

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 16, 2014, issue of March 14, 2014.

עס גייט שוין לאַנג אָן אַ וויכּוח אין די חסידישע קרײַזן אַרום דער אינטערנעץ און אַרום די „קלוגע טעלעפֿאָנען‟ (סמאַרטפֿאָונס), מיט וועלכע מע קען זי דערגרייכן, ניט וויכטיק, וווּ דער אינטערנעץ־באַנוצער זאָל ניט זײַן. מיט צוואָנציק יאָר צוריק איז די אינטערנעץ ניט געווען קיין גרויסע סכּנה פֿאַר די חסידישע קהילות; צו יענער צײַט איז זי נאָך ניט געווען אַזוי ברייט פֿאַרשפּרייט; און עס האָט גענומען אַזוי פֿיל צײַט אַריבערצוגיין פֿון איין וועבזײַט צו דער צווייטער, אַז ס‘האָט זיך גיכער געלוינט אָפּצוקאָכן אַן איי, איידער אויסצוטוישן זיך מיט אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע.

אָבער זינט דעמאָלט איז די גיכקייט פֿון די אינטערנעץ־פֿאַרבינדונגען ווילד געשטיגן, צוזאַמען מיט די מינים טעכנאָלאָגישע מכשירים, וואָס קענען זי דערגרייכן. הײַנט דאַרף מען ניט קיין דראָט אָדער מאָדעם, אָדער אַפֿילו אַ קאָמפּיוטער, כּדי צו דערגרייכן די אינטערנעץ. דערפֿאַר קען מען הײַנט פֿילן ווי די גאַנצע וועלט איז אַרומגערינגלט מיט אַ דיגיטאַלישן געוועב: אויף שריט און טריט קען מען בלײַבן אין פֿאַרבינדונג מיט דער גאַנצער וועלט, אַפֿילו אין סאָבוויי, 20 פֿיס אין ד׳רערד.

פֿאַר געוויסע מענטשן איז דאָס דאָזיקע „געוועב‟ ניט קיין מעלה, נאָר עפּעס וואָס דערשטיקט די מענטשהייט, ממש ווי אַ שפּינוועבס - אַ פֿליג. אַ דאַנק דעם געוועב, מיט זײַנע אומזעעוודיקע פֿעדעם, וואָס דערלאָזן מע זאָל דערגרייכן די אינטערנעץ, זעט מען אומעטום, ווי מע עפֿנט אויף קליינטשיקע מכשרימלעך און מע קוקט אַרײַן אין די ליכטיקע „פֿענצטערלעך‟, ווי זיי וואָלטן באַוויזן, להבֿדיל, דאָס לאַנג־דערוואַרטע קומען פֿון משיחן. מע שפּילט אין פֿאַרשידענע נאַרישע שפּילן ווי „אויפֿגערעגטע פֿייגל‟ (Angry Birds) און „זיסוואַרג צעשמעטערונג‟ (Candy Crush).

מע שיקט טעקסטן און בריוו, און מע קוקט אויף בילדער פֿון פּאָטענציעלע ליבעס, און מע הערט זיך צו צו לידער אויף אַזאַ רעשנדיקער הויכקייט, אַז אַלע דערבײַיִקע מענטשן קענען יעדעס וואָרט הערן. און גאָר אָפֿט זעט מען ווי די „סמאַרטפֿאָוניקעס‟ טוען די אַלע זאַכן ממש מיט איין מאָל. ס׳איז באמת אַ וווּנדער, וואָס די דאָזיקע דיגיטאַלישע זשאָנגליאָרן פֿאַרפּלאָנטערן זיך ניט, שיקנדיק על־פּי־טעות אַ ליבע־בריוול אָדער אפֿשר גאָר אַ „סעקסטל‟ דער מאַמען!

פֿון מײַן שטאַנדפּונקט איז קלאָר, אַז כאָטש די טעלעפֿאָנען זענען „קלוג‟, מאַכן זיי פֿון די „סמאַרטפֿאָוניקעס‟ נאַראָנים. די פֿראַגע איז נאָר, ווי גיך עס געשעט. מע וואָלט געמיינט, אַז די אומבאַהאָלפֿנקייט, וועלכע קומט פֿון דעם טוען צו פֿיל זאַכן מיט אַ מאָל, פֿאַרשווינדט נאָך דעם, ווי מע פֿאַרמאַכט דעם טעלעפֿאָן. אָבער ס׳איז גאָר ניט אַזוי: פֿון פֿאַרשידענע וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס ווייסט מען, אַז די מענשטן, וואָס באַנוצן זיך מיט אַ סך טעכנאָלאָגיע, האָבן ווייניקער זיצפֿלייש ווי דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער מיט 20 יאָר צוריק. עס ווערט אונדז גיך נודנע, אויב מיר האָבן גאָרניט בײַ זיך אין די הענט. געוויסע פֿאָרשער האָבן אַפֿילו באַמערקט, אַז ווען די מענטשן, וואָס זענען גאָר אַדיקטירט צו דער דאָזיקער טעכנאָלאָגיע, האָבן צו איר ניט קיין צוטריט, הייבן זיי זיך אָן אויפֿצופֿירן ווי נאַרקאָמאַנען, וואָס קענען צו דער צײַט ניט באַקומען קיין העראָיִן.

די עיקר־פּראָבלעם איז באמת אַ רוחניותדיקע; מע קען ניט בלײַבן אַליין אָן עפּעס, וואָס זאָל קענען דיך אָפּווענדן פֿון די אייגענע געדאַנקען. מע האָט ניט די אינערלעכע כּוחות זיך צוצוהערן צו זיך אַליין. געוויסע האָבן אַפֿילו ניט אַזאַ פֿעיִקײט זיך צו קענען ניט צוהערן צו זיך אַליין, אָן דער הילף פֿון עלעקטראָנישע טשאַטשקעס. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס האַנדלט זיך אויך וועגן אַ דוחק אין כּוח־הדמיון. מענטשן, בפֿרט פֿון מײַן דור, שוין אָפּגערעדט פֿון די הײַנטיקע קינדער, ווייסן ניט ווי אַזוי צו שפּילן זיך אָדער צו פֿאַנטאַזירן אָן עלעקטראָנישע וועגווײַזערס, וואָס זאָלן פֿאַר זיי אויסמאָלן אַ פֿאַרווײַלונג.

אָבער ניט וועגן דעם אַלעם זאָרגן זיך די חסידישע עסקנים און רבנים, וואָס פּרובירן כּסדר צו פֿאַרווערן די „קלוגע טעלעפֿאָנען‟. עס גייט זיי באמת ניט אָן, ווי אַזוי דאָס ווערן אַדיקטירט צו דער טעכנאָלאָגיע באַווירקט דעם מענטש. ווען די חסידים וואָלטן נאָר געווען אַדיקטירט צו דף־היומי־שיעורים, אָדער אַפֿילו צו „אויפֿגערעגטע פֿייגל‟, וואָלט דאָס די חסידישע פֿירער ניט אָנגעגאַנגען. דער דוחק אין כּוח־הדמיון איז אַוודאי און אַוודאי פֿאַר זיי ניט קיין זאָרג; מענטשן אָן כּוח־הדמיון לאָזן זיך דאָך גרינגער פֿירן און פֿאַרפֿירן, ווײַל זיי וועלן אַליין ניט אויסטראַכטן אַנדערע לעבנס־צילן אָדער אופֿנים, ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן. ניין, די רבנים־ועסקנים זאָרגן זיך ניט וועגן דעם, וואָס זייערע חסידים קענען אָפּפּטרן אַ גאַנץ לעבן אויפֿן „אײַ־פֿאָן‟ און פֿאַרגעסן, ווי אַזוי צו לעבן בשלום מיט די אייגענע געדאַנקען; זיי זאָרגן זיך בלויז וועגן דער אינפֿאָרמאַציע און פֿרעמדע השפּעות, וואָס מע קען באַקומען דורך דער הײַנטיקער טעכנאָלאָגיע.

אַזוי ווי מיט 150 יאָר צוריק, ווען די משׂכּילים האָבן פֿאַרשפּרייט אַפּיקורסישע ביכער אין די שטעטלעך, איז דער מעדיום אַליין — צו יענער צײַט דאָס בוך, און הײַנט די אינטערנעץ — ניט די אמתע סיבע זיך צו זאָרגן, נאָר די געדאַנקען, וועלכע קענען צוקומען צו נײַע לייענער. די געפֿאַר מיט דער אינטערנעץ באַשטייט אין דעם, וואָס מע האָט אַ צוטריט צו אַ ריזיקן סכום אינפֿאָרמאַציע, כּמעט אויף יעדער טעמע, וואָס מע קען זיך נאָר פֿאָרשטעלן.

מיט אַ בוך קען מען עס גרינג אַדורכלייענען און געבן אַ הכשר אָדער עס פֿאַרווערן — און שוין. אָבער מיט דער אינטערנעץ קען מען מאָנטיק לערנען זיך אַ בלאַט גמרא, און דינסטיק — די געזאַמלטע ווערק פֿון טשאַרלז דאַרווין אויף ייִדיש. צוליב אָט דער פּראָבלעם פּרובירט מען שוין אַ פּאָר יאָר צו פֿאַרווערן דעם אויטאָמאַטישן צוטריט צו פֿאַרשידענע וועבזײַטן דורך ספּעציעלע פֿילטערס, וועלכע גיבן ניט קיין צוטריט צו „טרייפֿע‟ זאַכן. אָבער אַפֿילו מיט די פֿילטערס, האַלטן אַ סך חסידישע פֿירער, איז די אינטערנעץ צו געפֿערלעך פֿאַרן חסידישן לעבנס־שטייגער. דעריבער מוז מען עס פֿאַרווערן אין גאַנצן.

אין אַן אינטערעסאַנטער רעקלאַמע, וואָס איך האָב באַקומען דווקא פֿון אַ חסיד, וואָס האָט זי אַרויפֿגעשטעלט אויף „טוויטער‟, דערמאָנט מען, אַז די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע „מזרחי‟ האָט לעצטנס אַדורכגעפֿירט אַ קאַמפּאַניע אויף ייִדיש מיטן ציל אײַנצורעדן די אַמעריקאַנער חסידים זיך איבערצוציִען קיין מדינת־ישׂראל. אָט זענען אַ פּאָר אויסצוגן פֿון דער לאַנגער רעקלאַמע (די ווערטער האָב איך ניט געביטן, נאָר דעם אויסלייג, אויפֿן סמך פֿון ייִוואָ):

„אויב מיר וועלן ריכטיק אויסנוצן דעם אינטערנעט, קענען מיר טוישן דעם אַלוועלטעכן ייִדנטום‟ זאָגט אַ פֿירער פֿון „מזרחי‟ אין צוזאַמענהאַנג מיט אַ קאַמפּיין, וועלכע זיי האָבן אַצינד אָנגעפֿאַנגען, צו פֿאַרשפּרייטן אויפֿן אינטערנעט ציוניסטישע ליטעראַטור מיט אַ רוף צו „עליה‟, אין אַ היימישן ייִדיש, מיט אַ ציל אַרײַנצושלעפּן צו די טרויעריק־באַרימטע עליות פֿון שמד, טויזנטער סאַטמאַרער און אַנדערע חסידישע ייִדן.

„כאָטש צו די קהילות איז שווער אָנצוקומען, אָבער מיט די וואַקסנדיקע מאָדערניזאַציע וואָס זעט זי אָן מיטן אַרײַנדרינדונג פֿון סמאַרטפֿאָונען און אינטערנעט בײַ חסידישע קרײַזן, ווערט דער ציבור מער אָפֿן צום ציונות… סמאַרטפֿאָונס דערמעגלעכן אונדז אָנצוקומען צו קהילות, וואָס וואָלטן אונדז נישט געלאָזט רעדן אין זייערע בתּי מדרשים.

„מיטן פֿאַרשפּרייטונג פֿון אינטערנעט און סמאַרטפֿאָונס פֿאַנגט אָן אַרײַנצוקומען די וועלטלעכע קולטור בײַ די חסידישע קרײַזן אין אַמעריקע ר׳׳ל.‟

ס׳איז דאָ אַ סך וואָס מע וואָלט געקענט אַרומרעדן און באַטראַכטן, וואָס שײַך דעם אַנאָנס, אָבער זײַן באַטײַט איז אַזוי קלאָר, אַז ס׳וואָלט געווען איבעריק איך זאָל צו פֿיל שרײַבן דערפֿון. די חסידישע פֿירער האַלטן, אַז דאָס האָבן צוטריט צו אינפֿאָרמאַציע קען גורם זײַן, אַז מענטשן זאָלן ענדערן זייער מיינונג וועגן פֿאַרשידענע ענינים; און זיי זענען דאָך גערעכט. מענטשן בײַטן זייערע מיינונגען און מאַכן אַפֿילו גרויסע ענדערונגען אין זייערע לעבנס צוליב דער אינפֿאָרמאַציע, וואָס מע געפֿינט דורך דער אינטערנעץ.

דער געדאַנק אָבער, אַז מע וועט איינמאָל לייענען פּראָפּאַגאַנדע און ספּאָנטאַן ווערן אַ ציוניסט און גלײַך באַשליסן אַוועקצופֿאָרן וווינען אין מדנית־ישׂראל, אַנטפּלעקט, ווי ווייניק בטחון די חסידישע פֿירער האָבן אין זייערע אָנהענגער. עס פֿרעגט זיך די פֿראַגע: ווי שטאַרק איז באמת אַן אידעאָלאָגיע אָדער אַ לעבנס־שטייגער, ווען נאָר דאָס איינמאָל לייענען עפּעס אַ פֿרעמדן געדאַנק קען אַלץ איבערמאַכן? אַוודאי איז עס ניט אַזוי גרינג און פּשוט. אָבער די מורא איז דאָך אַ באַרעכטיקטע, די אינטערנעץ מאַכט יאָ אַנדערש די חסידישע קרײַזן. די פֿראַגע איז נאָר, ווי פֿיל און ווי גיך? דער איבערגאַנג פֿון צײַט און דורות וועט אונדז געבן אויף דעם אַן ענטפֿער.