דזשאָן סטיוערט — פֿאַר פּרעזידענט?

Jon Stewart for President?

פֿון לייזער בורקאָ

Published February 16, 2014, issue of March 14, 2014.

דזשאָן סטיוערט
דזשאָן סטיוערט

כאָטש אָבאַמאַ האַלט נאָך אין דער ערשטער העלפֿט פֿון זײַן צווייטער קאַדענץ, און עס בלײַבט כּמעט 1000 טעג ביז די קומענדיקע פּרעזידענטן־וואַלן, פֿירן שוין די פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן אַ הייסע דיסקוסיע וועגן דער פֿראַגע, ווער וועט זײַן נאָך אָבאַמאַ. בײַ די רעפּובליקאַנער האָט דער קאַנדידאַט קריס קריסטי געהאַלטן אין געווינען אויף זיכער, נאָר צוליב אַ סקאַנדאַל איז ער איצט אַראָפּ פֿון מאַרק. אַזוי איז דאָס אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק: מע דאַרף די קאַמפּאַניע גוט פּלאַנירן מיט יאָרן פֿריִער און אַרײַננעמען אין חשבון אַלע קליינע פּרטימלעך, אַפֿילו וואָס דער קאַנדידאַט האָט געגעסן פֿאַר פֿרישטיק מיט 20 יאָר צוריק.

אונטער די דאָזיקע באַדינגונגען איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי אַ ייִדישער קאַנדידאַט זאָל האָבן אַ שאַנס געווינען די וואַלן. אָבער גאַנץ אומגעריכט האָט זיך אַנטפּלעקט אַ קליינע באַוועגונג, וואָס וועט אפֿשר צוריקברענגען די ייִדן אַרײַן אין שפּיל: די „פֿייסבוק‟־גרופּע „דזשאָן סטיוערט פֿאַר פּרעזידענט‟ ציילט שוין איבער 15,000 מיטגלידער.

פֿאַרן ייִדישן לייענער, וואָס קוקט ניט קיין טעלעוויזיע אָדער לעבט אונטער אַ שטיין, דאַרף מען פֿאָרשטעלן יונתן סטיוערט לייבאָוויץ (ווי ער האָט פֿריִער געהייסן), דעם אָנפֿירער און גאַסטגעבער פֿון דער סאַטירישער נײַעס־טראַנסמיסיע “דיילי שאָו” (טעגלעכע פּראָגראַם). די דאָזיקע פּראָגראַם קוקן כּמעט צוויי מיליאָן מענטשן יעדע נאַכט, פֿיר טעג אַ וואָך, אויפֿן קאַנאַל „קאַמעדי סענטראַל‟, און נאָך מיליאָנען אין אינטערנעץ. אויף איר קומען ניט בלויז די וועלט־באַרימטע פֿילם־שטערן און גרויסע פּערזענלעכקייטן, נאָר אויך פּאָליטיקער פֿון אַלע פּאַרטייען, ווײַל די פּראָגראַם איז באַקאַנט ווי דער וויכטיקסטער מקור פֿאַר פּאָליטישע נײַעס בײַם ייִנגערן דור. ווער עס וויל דערגרייכן די „פֿייסבוק‟־ און „טוויטער‟־מאַסן, מוז אָנקומען צו דזשאָן סטיוערט.

כאָטש (אָדער אפֿשר דווקא ווײַל) ער האָט ניט קיין אָפֿיציעלן פּאָסטן און געהערט ניט צו קיין פּאַרטיי, האָט סטיוערט אַ גרויסע השפּעה אויף דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. אין 2010, למשל, האָט זײַן פּראָגראַם דערמעגלעכט אַ געזעץ צו געבן מעדיצינישע הילף פֿאַר די „ערשטע העלפֿער‟ — די וואָס האָבן געאַרבעט אין די ערשטע טעג נאָך 9/11 אויף די חורבֿות פֿונעם וועלטהאַנדל־צענטער, און זײַנען אָפֿט דערנאָך געוואָרן שווער קראַנק. און זיכער האָט סטיואַרטס ניט־אָפֿיציעלע שטיצונג צוגעטראָגן צום צוויימאָליקן נצחון פֿון באַראַק אָבאַמאַ. לויט פֿאַרשיידענע אַנקעטעס ווײַזן די צוקוקער פֿון דער „דיילי שאָו‟ אַרויס בעסערע קענטענישן פֿון די נײַעס, ווי אַזעלכע וואָס קוקן אַנדערע נײַעס־פּראָגראַמען.

סטיוערט איז אַ געבוירענער ניו־יאָרקער און איז אויפֿגעוואַקסן אין ניו־דזשערזי. די משפּחה איז געקומען פֿון פּוילן, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד און דער טאַטע האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק. זײַן דראַמאַטישע קאַריערע האָט סטיוערט אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק אין 1987, ווי אַ „סטענדעפּיסט‟, און אין די ערשטע יאָרן האָט ער געשפּילט פֿאַרשיידענע קליינע ראָלעס אין פֿילמען און אויף דער טעלעוויזיע. נאָר אין 1999 איז ער געוואָרן דער גאַסטגעבער פֿון דער „דיילי שאָו‟: אינעם ערשטן יאָר האָט ער צוויי מאָל פֿאַרטאָפּלט די צאָל צוקוקער. זינט דעמאָלט האָט ער געוווּנען 16 „עמי‟-פּרעמיעס, סײַ ווי אַ שרײַבער פֿאַר דער פּראָגראַם, סײַ ווי אַ פּראָדוצירער. דערצו האָט ער אָנגעשריבן צוויי „בעסט־סעלערס‟: „אַמעריקע (דאָס בוך)‟ אין 2004, און „ערד (דאָס בוך)‟ אין 2010. אינעם זעלביקן יאָר האָט ער געבראַכט איבער 200,000 מענטשן אויף אַ דעמאָנסטראַציע אין וואַשינגטאָן, די „אַסיפֿה צוריקצוברענגען קלאָרקייט‟ (Rally to Restore Sanity).

דער „פֿאָרווערטס‟ טאָר ניט און וויל ניט ענדאָרסירן קיין שום קאַנדידאַט, אָבער אונדזערע לייענער ווילן אַוודאי וויסן, צי אַ פּרעזידענט סטיוערט וואָלט געווען „גוט פֿאַר די ייִדן‟. דאָס וואָס ער איז אַליין אַ ייִד, איז נאָך ווייניק: די פֿריִערדיקע קאַנדידאַטן זײַנען אויך געווען ייִדן און עס האָט ניט געהאָלפֿן — נעמט, למשל, יוסף ליבערמאַן, וואָס די דעמאָקראַטן האָבן אים נאָמינירט פֿאַר וויצע־פּרעזידענט אין 2000. דער חילוק באַשטייט אין דעם, וואָס ליבערמאַן, ווי ס’רובֿ ייִדישע פּאָליטיקער, איז געווען אַ לאַנגווײַליקער ביוראָקראַט, וואָס רעדט מאָנאָטאָן, אָן חן און חכמה. סטיוערט, ווידער, איז געוואַלדיק פּאָפּולער, איינער פֿון די באַקאַנטסטע ייִדן אין לאַנד. ער שטעלט מיט זיך פֿאָר פּונקט דאָס, וואָס די אַמעריקאַנער האָבן ליב אין ייִדן: אונדזער הומאָר. אויב דער אַנטיסעמיטיזם איז אין די לעצטע 50 יאָר געוואָרן שוואַכער, האָבן מיר דאָס אין אַ היפּשער מאָס צו פֿאַרדאַנקען די ייִדישע קאָמיקער, וואָס זײַנען געוואָרן באַליבט אין אַלע קלובן, פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. כאָטש די ייִדן זײַנען ווייניקער ווי 3% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, באַשטייט דער גרעסטער חלק פֿון די אַמעריקאַנער קאָמיקער דווקא פֿון ייִדן.

כּדי אויסצופֿאָרשן דזשאָן סטיואַרטס ייִדישקייט און זײַן קוואַליפֿיצירטקייט ווי אַ מעגלעכער קאַנדידאַט, איז דער שרײַבער פֿון די שורות געגאַנגען אויף אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער „דיילי שאָו‟. יעדעס מאָל, איידער מע הייבט אָן רעקאָרדירן, כאַפּט סטיוערט אַ שמועס מיטן עולם און ס׳איז דאָ אַ געלעגנהייט אים צו שטעלן פֿראַגעס. איין פֿרוי איז געווען, וואָס איר מאַמע איז געגאַנגען מיט סטיוערט אין דער זעלביקער העברעיִשער שול (וואָס איז אים קענטיק ניט געפֿעלן געוואָרן). פֿאַר אַ גאַסט פֿון ישׂראל האָט ער אַנטפּלעקט, אַז ער האָט באַזוכט דאָס לאַנד די 1980ער יאָרן און עס געהאַלטן פֿאַר „זייער שיין‟. דערבײַ האָט ער אַרויסגעהויבן דעם אונטערשייד צווישן דעם ישׂראלדיקן ייִד, וואָס האַלט אַן „אוזי‟ אין דער האַנט, און דעם ניו־יאָרקער ייִד, וואָס קען בעסער העלפֿן צוגרייטן די שטײַער־דאָקומענטן. איך האָב אים געפֿרעגט, וואָס איז זײַן באַליבטסט ייִדיש וואָרט, האָט ער געענטפֿערט — ווי אַ געבוירענער פּאָליטיקער — „משפּחה‟.

אַפֿילו אָן זײַן הסכּמה האָט זיך אָנגעהויבן די קאַמפּאַניע צו נאָמינירן דזשאָן סטיוערט פֿאַר פּרעזידענט — אין דער פֿאָרעם פֿון דער „פֿייסבוק‟־גרופּע. אָבער כּדי ער זאָל טאַקע געווינען, זײַנען די 15,000 מיטגלידער בלויז אַ טראָפּן אין ים. אַ הצלחהדיקע קאַמפּאַניע וואָלט געפֿאָדערט נאָך פֿיל טויזנטער מענטשן, וואָס זאָלן צולייגן אַ האַנט: דערמוטיקן זייערע פֿרײַנד און משפּחה זיך צו באַטייליקן, זאַמלען חתימות, שאַפֿן געלט, קלאַפּן אין די טירן, דעמאָנסטרירן אויף די גאַסן. איצט פֿירט סטיוערט אַ גרינג לעבן: ער פֿאַרדינט 25־30 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר, טרעט אויף פֿיר מאָל אַ וואָך פֿאַר 20 מינוט. כּדי ער זאָל נעמען אויף זיך דעם שווערן עול פֿון דער קאַמפּאַניע, וואָלט ער געדאַרפֿט פֿאַרזיכערן, אַז ער האָט מיליאָנען, ניט בלויז טויזנטער מענטשן, אויף וועמען ער קען זיך פֿאַרלאָזן. אָבער ווער ווייסט, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען: אפֿשר וועט ער פֿאָרט ווערן דער ערשטער ייִדישער פּרעזידענט?