צרות מיט סטאַטיסטיקעס

The Trouble with Statistics


פֿון דובֿ־בער קערלער

Published February 18, 2014, issue of March 14, 2014.

קיינער האָט ניט קיין גענויע פּרטים צו פֿאַרענטפֿערן די פֿראַגע: וויפֿל מענטשן רעדן ייִדיש הײַנט־צו־טאָג אין ישׂראל און בכלל? פֿון צײַט צו צײַט באַווײַזן זיך סײַ קלוגע, סײַ סתּם אויסגעמוחטע חקירות און סבֿרות. עס באַווײַזן זיך אויך ידיעות פֿון די פֿאַרשידענע לענדער, וווּ עס ווערן דורכגעפֿירט כּלערליי צענזוסן, נאָר עס איז ווײַט ניט גרינג צו דערגיין אין זיי אַלע אַ טאָלק. יעדעס לאַנד ציילט לויט אירע אייגענע אינטערעסן און שטייגער און די וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער ייִדישער סטאַטיסטיק און אידענטיטעט אין צפֿון־אַמעריקע, למשל, די ייִדישע פֿעדעראַציע פֿון אַמעריקע, האָבן שוין פֿון לאַנג אָן באַשלאָסן, אַז דאָס קענען און ניצן אַ ייִדישע שפּראַך איז פֿאַר זיי ניט קיין ענין, ווײַל דאָס האָט למעשׂה גאָרניט צו טאָן, אָדער אין בעסטן פֿאַל, איז דאָס גאָר אַ קנאַפּער מחותן מיט דער הײַנטצײַטיקער „אַמעריקאַנייִדישקײט‟.

און אָט איז אָנגעקומען אַ נײַע „סטאַטיסטיק‟ פֿון ישׂראל. ס’איז נאָך, דאַכט זיך, גאַנץ ווײַטלעך צו חודש מײַ, וואָס דעמאָלט, צום „יום העצמאות‟, ווערן, געוויינטלעך, פֿאַרעפֿנטלעכט די פֿאַרשידענע נײַסטע אָנגאַבן פֿון דעם ישׂראלדיקן הויפּט־ביוראָ פֿאַר סטאַטיסטיק. אָבער שוין איצט, דעם 9טן פֿעברואַר, האָט די טעגלעכע ישׂראלדיקע צײַטונג, „ישׂראל היום‟, אָפּגעדרוקט אַ קורצע קאָרעספּאָנדענץ (http://www.israelhayom.co.il/article/156393) פֿון זאבֿ קלײַן, וואָס הייסט: „בלויז 8% ייִדן אין לאַנד רעדן ייִדיש אַלס מאַמע־לשון‟.

דאָרט דערציילט זיך, אַז לויט די מאַטעריאַלן פֿון דעם הויפּט־ביוראָ פֿאַר סטאַטיסטיק פֿאַרן יאָר 2014 איז די צאָל ייִדיש־רעדנדיקע אין דער ייִדישער מדינה געפֿאַלן ביז אַרום 2%. ס’איז טאַקע אַ קורצינק אַרטיקעלע, אָבער זײַן קעפּל שטימט לחלוטין ניט מיטן טעקסט גופֿאַ. מילא, זאָלן די לייענער זיך מטריח זײַן אַליין אויסצוחשבונען די פּראָצענטן, אָבער די פֿאַקטישע צאָלן ווערן אָנגעגעבן אין יענעם אַרטיקל בזה־הנוסח: „דאָס יאָר זענען אין ישׂראל געבליבן 120 טויזנט ייִדיש־רעדנדיקער — אַרום 2% פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דאָס איז אַ דראַסטישע ירידה אַקעגן 160 טויזנט ייִדיש־רעדער, וואָס האָט באַטראָפֿן 3% פֿון (ישׂראלדיקע) ייִדן אין 2008. אין 1986 זענען אין ישׂראל געווען 215 טויזנט מענטשן, וואָס האָבן גערעדט ייִדיש אַלס מאַמע־לשון‟. ווײַטער דערמאָנט קלײַן, אַז ביז דער מלחמה איז די צאָל ייִדיש־רעדנדיקע באַטראָפֿן שיִער ניט 60% ייִדן איבער דער וועלט.

מילא, מע וועט דאָ ניט אַרײַן אין דער אויסערגעוויינטלעך קאָמפּליצירטער פּראָבלעם ווי אַזוי מע זאָל טאַקע אויסגעפֿינען, וויפֿל ייִדן האָבן געקאָנט, געוואָלט, אָדער בפֿירוש גערעדט ייִדיש און זיך אויסגעלעבט אויף מאַמע־לשון פֿאַר דעם גרויסן חורבן. אָבער לכאורה, וואָלטן דאָס אויסגעפֿינען די מער־ווייניקער פֿאַרלאָזלעכע פּרטים וועגן דער צאָל ייִדיש־רעדנדיקע, ניט באַדאַרפֿט זײַן אַזוי קאָמפּליצירט ווי אַמאָל. האָט אָבער פּראָפֿ’ שיקל פֿישמאַן נאָך אין די 1990ער דערוויזן, אַז ווען עס קומט צו ייִדיש איז דער ענין גאָרניט אַזוי פּשוט, און ס’איז אַפֿילו פֿיל מער פֿאַרנעפּלט ווי אין אַ סך אַנדערע „מינאָריטעט‟־ און אימיגראַנטישע שפּראַכן.

פֿיל פּרטים קאָן מען אָבער הײַנטיקע צײַטן אויסגעפֿינען אויף דער אינטערנעץ. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז אַ ברכה פֿאַר ספּעציאַליסטן, אָבער אויך אַ שטיקל קללה פֿאַר די מער־ווײניקער ניט־געלערנטע זשורנאַליסטן (ווי דער שרײַבער פֿון די שורות), ווײַל צוטריטלעכקייט צו דער אינפֿאָרמאַציע קען גוט פֿאַרפֿירן אַפֿילו דעם מער אָפּגעהיטן עם־האָרץ אין הילכות סטאַטיסטיק, דעמאָגראַפֿיע און סאָציאָלאָגיע. און דאָך, מיט דער דאָזיקער באַוואָרעניש (אָדער ניט־געקוקט אויף איר), קען מען אויסגוגלען, אַשטייגער, די פֿאָלגנדיקע פּרטים:

די פֿאַראייניקטע שטאַטן: לויט די דאַטן, וואָס די סטאַטיסטיקערין קאַמיל רײַען (Camille Ryan) האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין אויגוסט 2013 (https://www.census.gov/prod/2013pubs/acs-22.pdf), האָט מען אין 2011 פֿאַרשריבן 160,968 ייִדיש־רעדנדיקע, וואָס בלויז 0.3% פֿון זיי רעדן אַן אַנדער לשון, אַחוץ ענגליש, אין דער היים (!), 68.4% — באַהערשן ענגליש זייער גוט און בלויז 3.7% קענען בכלל קיין ענגליש ניט. לשם פֿאַרגלײַך, גיט רײַען אָן אַזעלכע רעזולטאַטן פֿאַר ייִדיש אין די פֿריִערדיקע צענזוסן: אין 1980 — 315.932, אין 1990 — 213,064, אין 2000 — 178,945, און אין 2010 — 154,763. עמעצן, וואָס איז ניט קיין בקי אין סטאַטיסטיק, קומט אויס קשה הלמאַי ס’איז דאָ אַזאַ חילוק אין דער צאָל ייִדיש־ריידער אין 2010 און אין 2011 (וואָס איז גאָר געשטיגן) און נאָך מער קשה: פֿאַרוואָס נאָר אַזאַ קליינער פּראָצענט האָט אין 2011 גענוצט ייִדיש ווי אַ היימשפּראַך, אַ פּראָצענט, וואָס איז אַגבֿ קלענער פֿון דעם (אויך ניט קיין שטאַרק הויכן) פּראָצענט פֿון די, וואָס באַהערשן גאָר קיין ענגליש ניט. ס’איז אָבער קלאָר, אַז די אַלגעמיינע ירידה איז קרובֿ צו 50 פּראָצענט זינט אָנהייב 1980ער.

קאַנאַדע: דער סאָציאָלאָג ליאָ דייווידס (Leo Davids) האָט אין 2011 (http://pi.library.yorku.ca/ojs/index.php/cjs/article/viewFile/36138/32779) אָפּגעדרוקט אַ פּרטימדיקע אַרבעט איבער ייִדיש און העברעיִש אין קאַנאַדע. ער באַהאַנדלט די פּראָבלעם היסטאָריש זינט 1971. אָבער די בעסטע רעזולטאַטן זענען פֿון די שפּעטערע צענזוסן פֿון 2001 און 2006, דעריבער לייגט ער ווײַטער פֿאָר אַ ניואַנסירטן אַנאַליז גראָד פֿון יענע ציילונגען, אָפּשטעלנדיק זיך בשעת־מעשׂה אויף דעם וויכטיקן חילוק צווישן ייִדיש ווי אַ מאַמע־לשון — פֿון איין זײַט, און ווי אַ פֿאַקטיש טאָג־טעגלעך גענוצטע שפּראַך (ווי אַ היימשפּראַך) — פֿון דער אַנדערער זײַט. אַזוי למשל, גיט ער אָן אַזעלכע דאַטן:

                      2001        2006

                

קענען רעדן ייִדיש 37,000 27,600

רעדן ווי אַ היימשפּראַך 6,575 3,130

ייִדיש איז מאַמע־לשון 19,300 15,300

אַן אַנדער טאַבעלע זײַנע שטעלט פֿאָר די צאָל ייִדיש־רעדנדיקע אין מאָנטרעאָל און טאָראָנטאָ לויט די פֿאַרשידענע עלטער־עלטער־גרופּעס:

די, וואָס האָבן אַן ערנסטן אינטערעס אין דער סטאַטיסטיק, מוזן זיך אומבאַדינגט באַקענען מיט דער וויכטיקער אַרבעט פֿון ליִאָ דייווידס. ער באַטראַכט, אַגבֿ, ביידע שפּראַכן — סײַ ייִדיש און סײַ עבֿריתּ, און קומט צו דער מסכּנה, אַז ערשטנס, שפּילט די שפּראַך גאָר אַ קנאַפּע ראָלע, וואָס שייך דער עטנישער אידענטיטעט פֿון די קאַנאַדער ייִדן, און זייער הויפּט־שפּראַך איז ענגליש (פּונקט ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין ביידע פֿאַלן מיטן אויסנאַם פֿון די ייִדיש־ריידנדיקע חסידים); און צווייטנס, אַז עבֿריתּ האָט באַקומען די אייבערהאַנט, וואָס שייך דער צאָל באַניצער און איז שוין למעשׂה די רעפּרעזענטירנדיקע ייִדישע שפּראַך פֿון דער קאַנאַדער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט. דערווײַל איז אין 2011 געווען נאָך אַ צענזוס, וואָס וועדליק די ציטירטע אָנגאַבן אין דער וויקיפּעדיע (http://en.wikipedia.org/wiki/Languages_of_Canada) איז די אַלגעמיינע צאָל קאַנאַדער ייִדיש־ריידנדיקע (וואָס דאָס איז זייער איינציק לשון) ווײַטער געפֿאַלן פֿון 16,295 אין 2006 ביז 15,205 אין 2011.

ענגלאַנד און וויילז: ס’איז שווער צו גלייבן, אַז די צאָל ייִדיש־ריידנדיקע אין דעם בריטישן צענזוס פֿון 2011 (http://www.ons.gov.uk/ons/dcp171776_302179.pdf) זאָל טאַקע זײַן אַזוי קליין, סך־הכּל 4,000 (פֿון זיי 3,000 אין סטאַמפֿאָרד היל). מ’מוז אָבער אונטערשטרײַכן אַז דאָ רעדט זיך בפֿירוש וועגן די, וואָס האָבן אָנגעגעבן ייִדש ווי זייער הויפּט־שפּראַך, צי זיי קענען מער־ווייניקער ענגליש, צי ניין.

רוסלאַנד און אוקראַיִנע: אין רוסלאַנד, לויט דער רוסישער וויקיפּעדיע (http://ru.wikipedia.org/wiki איז די צאָל פֿאַר דעם צענזוס פֿון 2002 געווען 5,820 פֿאַר ביידע ייִדיש און העברעיִש אינאיינעם (!) און ערשט אין 2010 האָט מען שוין אונטערגעשיידט צווישן די צוויי שפּראַכן און באַקומען די גאָר נישטיקע צאָל פֿון 1,683 נפֿשות, וואָס באַהערשן ייִדיש. פֿון אוקראַיִנע האָט מען נאָך ווייניקער אינפֿאָרמאַציע, דערצו איז זי שוין גאַנץ פֿאַרעלטערט: לויט דער אוקראַיִנישער ציילונג פֿון 2001 זענען בלויז 7.6% פֿון צווישן די 103,591 ייִדן פֿאַרשריבן געוואָרן ווי די, וואָס „רעדן אויפֿן לשון פֿון זייער פֿאָלק‟. (דער מקור איז די אוקראַיִנישע וויקיפֿעדיע: http://uk.wikipedia.org/wiki

צום סוף, צוריק צו דער סטאַטיסטיק פֿון ייִדיש אין ישׂראל. להיפּוך צום אוראַלטן ייִדישן איסור צו ציילן מענטשן, איז ישׂראל איינע פֿון די סטאַטיסטיש אַקטיווסטע לענדער. יעדעס יאָר, ווי געזאָגט, צום טאָג פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקײט, ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט די נײַסטע סטאַטיסטישע ציפֿערן. דער היפּוך צו סטאַטיסטיק איז אין אַ געוויסן זינען אַן עפּיזאָד פֿון דעם יחידס דערפֿאַרונג, וואָס אויף ענגליש הײסט דאָס אַן ‘אַנעקדאָט’, הגם עס איז גאַנץ אָפֿט גאָרניט קאָמיש. איז אָט, נאַט אײַך אַזאַ מין „אַנעקדאָט‟: מיט אַ דור צוריק, פֿרילינג 1971, אָנקומענדיק אין ירושלים, האָב איך אַנטדעקט, אַז די ערשטע פּאָר חדשים, איידער איך האָב זיך אויסגעלערנט גענוג עבֿריתּ, האָבן אַלע מײַנע לערער גאַנץ געשמאַק גערעדט מיט מיר אויף ייִדיש. ווער מיט מער און ווער מיט ווייניקער ישׂראלדיקן אַקצענט. זיי זענען אַלע געווען אַרום דרײַסיק, מערסטנס עטלעכע־און־דרײַסיק יאָר אַלט. און טאָמער וואָלט מען זיי יענע יאָרן געפֿרעגט אויף דער גאַס, צי זיי קענען ייִדיש, וואָלטן זיי זיכער געענטפֿערט, אַז ניין. ס’איז כּמעט ווי זיכער, אַז פֿאַר זיי אַלע איז ייִדיש געווען בוכשטעבלעך זייער מאַמע(ס)־לשון, אָבער איך צווייפֿל צי זיי, אָט די פֿינף־זעקס לערער מײַנע, און טויזנטער אַנדערע אַזוינע ווי זיי, וואָלט מען אַרײַנגערעכנט אין דעם ישׂראלדיקן צענזוס פֿון 2014.