די נײַע און אַלטע פֿראַגע פֿון מילה

The new and old issue of circumcision

Getty Images

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 23, 2014, issue of March 14, 2014.

נײַעס וועגן וויכּוחים אַרום דער פֿראַגע, צי ס‘איז „הײַנטצײַטיק‟ און „ציוויליזירט‟ צו מל זײַן ייִנגלעך, גייט ניט אַראָפּ פֿון דעם סדר-היום. באַזונדערס אַ סך רעדט מען וועגן דעם אין אייראָפּע, וווּ דעם ענין האָט מען לעצטנס באַהאַנדלט אין דעם ראַט פֿון אייראָפּע, וואָס פֿאַראייניקט 47 לענדער. אין תּוך אַרײַן, איז דער דאָזיקער ראַט אַ גרויסע קיבעצאַרניע (וועגן ייִדיש האָט מען דאָרטן אויך אַ מאָל געפֿירט פּוסטע דיבורים), אָבער די רייד, וואָס מע הערט אין אָט דער סבֿיבֿה, שפּיגלען אָפּ דעם אַלגעמיינעם קלימאַט אויף דעם קאָנטינענט און קענען איבערלאָזן אַ שפּור אין כּלערליי דעקלאַראַציעס צי געזעצן. דער פֿאַקט אַליין, אַז אין דער כּנסת האָט מען אַנומלט באַשלאָסן צו באַשטעלן אַ קאָנטער-פּראָפּאַגאַנדיסטישן פֿילט וועגן מילה, און ווײַזן עס אין דעם ראַט פֿון אייראָפּע, איז אַ סימן, אַז מע נעמט אויף דעם ענין ערנסט.

פֿאַרשיידענע דעבאַטן אַרום דעם דאָזיקן ענין פֿירן זיך שוין לאַנגע יאָרן. ניט איין מאָל איז ער אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך, אַ שטייגער, ווען די רעגירונג האָט געפֿאָדערט פֿון דער קהילה צו רעגיסטרירן אויך ניט געמלטע ייִדישע ייִנגלעך. אַזוי איז עס געווען, למשל, אין רוסלאַנד אין די צאַרישע צײַטן, ווען אַזאַ רעגיסטראַציע איז געווען אין די הענט פֿון די אַזוי גערופֿענע „קאַזיאָנע רבנים‟, וועלכע זײַנע קיין ריכטיקע רבנים ניט געווען און אויסגעפֿילט, דער עיקר, ביוראָקראַטישע פֿונקציעס. (שלום-עליכם האָט אַ צײַט געצויגן זײַן חיונה פֿון אַזאַ באַשעפֿטיקונג).

עס זעט אויס, אַז אין דער ערשטער העלפֿט פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט זײַנען אין רוסלאַנד ניט געווען קיין פֿאַלן, ווען די ייִדישע עלטערן האָבן ניט געוואָלט מל זײַן זייער קינד. אַזוי אַז פֿאַר דער רעגיסטראַציע איז עס קיין קאָפּווייטיק ניט געווען, ווײַל דאָס קינד האָט שוין געהערט צו אַן אַנדער אמונה. ווי עס האָט דערציילט דער באַקאַנטער זשורנאַליסט און ציוניסטישער טוער בן-ציון כּץ אין זײַן אַרטיקל „דער קאַמף אין צאַרישן רוסלאַנד וועגן פֿאַרשרײַבן ניט-געמלטע ייִדישע קינדער‟ („הײַנט‟, דעם 3טן אויגוסט 1927), איז דער מצבֿ געוואָרן אַן אַנדערער אין דער צווייטער העלפֿט פֿון דעם יאָרהונדערט:

„אין דער צײַט פֿון אַלעקסאַנדער דעם צווייטן האָבן זיך געפֿונען אין פּעטערבונג אייניקע פֿון דער אַסימילירטער אינטעליגענץ, וועלכע פֿלעגן נישט וועלן מל זײַן די קינדער, אָבער נישט געוואָלט אויך שמדן, און פֿלעגן וועלן אָפּנאַרן די ראַבינער, אַז די קינדער זענען געמלטע. אָבער מען האָט זיך דערוווּסט פֿון אַזעלכע מעשׂים, און ס׳איז געווען אַ שטרענגע השגחה אויף די מוהלים. אָבער ווען ס׳איז געבוירן געוואָרן אַ זון בײַם באַוווּסטן אַדוואָקאַט מיכאַל איגנאַטיעוויטש קולישער, און ער האָט אים בשום-אופֿן נישט געוואָלט מל זײַן און אויך נישט שמדן — האָט זיך דער ראַבינער דראַבקין אין פּעטערבורג אָפּגעזאָגט צו פֿאַרשרײַבן אים אין די ביכער. און קולישער האָט אָנגעגעבן אין סענאַט, אַז דער ראַבינער פֿאַרגוואַלדיקט זײַן געוויסן. ער איז אַ ייִד, האָט ער געטענהט, וועלכער האַלט נישט פֿון מילה, וואָס איז אַ רעליגיעזע זאַך, ווי ער האַלט נישט פֿון אַנדערע ענלעכע רעליגיעזע מינהגים. ער קאָן נישט דעם זון טויפֿן, ווײַל ער איז אַ ייִד. דער סענאַט האָט נאָך אַ לאַנגן ייִשובֿ-הדעת אָנגענומען אַ באַשלוס, אַז דער ראַבינער איז מחויבֿ צו פֿאַרשרײַבן אין די ביכער אַזאַ קינד, אָבער ער דאַרף צוגעבן, אַז בײַ דעם קינד ׳איז נישט דורכגעפֿירט געוואָרן דער ענין פֿון מילה׳. און אַזוי האָט געמוזט זײַן אין דער מעטריקע, וועלכע דער ראַבינער גיט אַרויס…‟

מיכאַל קולישער (1847–1919) האָט גוט פֿאַרשטאַנען, וואָס ער האָט געטאָן. ער האָט זיך געלערנט אין דעם זשיטאָמירער ראַבינער סעמינאַר, און דערנאָך, אויף יורירידישע פֿאַקולטעטן אין אוניווערסיטעטן אין קיִעוו, אָדעס און פּעטערבורג. דערצו האָט ער אַ סך געשריבן, רעדאַקטירט און זיך אַקטיוו באַשעפֿטיקט אין ייִדישער כּלל-טעטיקייט. זײַן זון, יוסף, איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1878 און איז געוואָרן אַן אָנגעזעענער מומחה אין עקאָנאָמישע וויסנשאַפֿטן, געווען אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם פּעטערבורגער (פּעטראָגראַדער) אוניווערסיטעט.

מיט דעם ענין פֿון ניט מל זײַן דעם זון זײַנעם האָט קולישער פֿאַקטיש געוואָלט ווײַזן — און דערווײַזן — אַז ייִדישקייט באַגרענעצט זיך ניט מיט רעליגיע, נאָר דאָס איז אַ נאַציאָנאַלע אָנגעהעריקייט. די צאָל ייִדן, וואָס האָבן אַזוי געהאַלטן, איז אויסגעוואַקסן אין די שפּעטערדיקע יאָרן, און הײַנט איז עס אויך ניט קיין שטאַרק עקזאָטישע זאַך. עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס זעען ניט קיין נייטיקייט עס צו טאָן. אייניקע מאַכן עס אין שפּיטאָלן, אָן שום ריטואַלן. און אַזוי דרייט זיך עס שוין אין משך פֿון בערך 150 יאָר, און אפֿשר אַפֿילו מער.

אַגבֿ, פֿאַר מיר איז געבליבן אַ רעטעניש, פֿאַר וואָס האָט דווקא די כּנסת געמוזט מאַכן אַזאַ פֿילם? איז ישׂראל שוין געוואָרן אַ רעליגיעזע מלוכה? אַ סבֿרא, אַז איך האָב דאָ ניט געכאַפּט דעם שׂכל פֿון דער מעשׂה.