ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published February 24, 2014, issue of March 14, 2014.

סטודענטן קערן זיך אום צום לערנען

סטודענטן איבער גאַנץ אויסטראַליע קערן זיך אום צו די אוניווערסיטעט-קלאַסן סוף פֿעברואַר. צווישן די לימודים, וועלכע זיי וועלן האָבן די מעגלעכקייט צו לערנען זיך, וועלן זײַן ייִדיש, העברעיִש, ייִדישע געשיכטע, ליטעראַטור און פֿילאָסאָפֿיע.

פֿאַרמישפּטער פֿאַרברעכער אַפּעלירט קעגן זײַן מישפּט

דוד ציפּריס איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַכט יאָר טורמע פֿאַר באַגיין סעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן קינדער, בעת ער איז געווען אַן אָנגעשטעלטער בײַם מעלבורנער ישיבֿה־קאָלעדזש במשך פֿון די שפּעטע 1980ער יאָרן און די אָנהייב 1990ער יאָרן. ער האָט געמאָלדן, אַז ער וועט אַפּעלירן קעגן דער שטראָף. רעדנדיק אין נאָמען פֿון ציפּריסעס קרבֿות, האָט מעני וואַקס (פּרעזידענט פֿון דער קרבנות-גרופּע „צדק‟) געזאָגט, אַז דער באַשלוס צו אַפּעלירן קעגן דער שטראָף איז אַ באַווײַז, אַז ציפּריס האָט נישט קיין חרטה, וואָס ער איז באַפֿאַלן די קינדער.

טאַניאַ פּליבערסעק: נאָך אַ רײַזע קיין ישׂראל

טאַניאַ פּליבערסעק, די אָנפֿירערין פֿון דער פֿעדעראַלער פּאַרלאַמענטאַרער לייבאָר־פּאַרטיי, האָט גערעדט וועגן איר באַזוך קיין מדינת־ישׂראל אין חודש יאַנואַר. זי זאָגט, אַז עס פֿאַרדריסט זי, וואָס דער שלום־פּראָצעס ציט זיך אַזוי לאַנג. זי האָט דערמאָנט איר וויזיט אין דער כּנסת. זי האָט אויך דערמאָנט איר באַזוכן „יד-ושם‟, זאָגנדיק, אַז דאָס האָט זי זייער גערירט. פּליבערסעק איז געווען אין תּל־אָבֿיבֿ, ירושלים און ראַמאַלאַ. במשך פֿון איר רײַזע האָט זי זיך געטראָפֿן מיט די ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער מלוכה־לײַט.

ייִדישע וואָכנשריפֿט באַקומט זשורנאַליסטישע פּרעמיע

די וואָכנשריפֿט ,,די אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס”, וואָס דערשײַנט אין מעלבורן און אין סידנעי, האָט געוווּנען דעם פּרעמיערס מולטי-קולטורעלע מעדיאַ-פּרעמיע אין דער שטאַט ניו סאַוט וויילס פֿאַר אַ לייט־אַרטיקל, וואָס איז דערשינען דעם אַכטן מאַרץ, 2013. דאָס לייט־אַרטיקל הייסט ,,גענוג שוין!” און רופֿט אויסטראַלישע רבנים און ראַבײַס צו מעלדן אַלץ וואָס זיי ווייסן וועגן סעקסועלע פֿאַרברעכנס, וועלכע זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן ייִדישע קינדער דאָ אין לאַנד. דער רעדאַקטאָר האָט געשריבן, אַז נאָר אַזוי קענען זיי דערוואָרבן דרך-ארץ. דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג האָט געווידמעט די פּרעמיע צו די געליטענע פֿון סעקסועלע מיסברויכן.

טערעזינשטאַט־אָפּערע נאָך 70 יאָר

די קינדער-אָפּערע „ברונדיבאַר‟ איז געשאַפֿן געוואָרן אין טערעזינשטאַט, וווּ מ‘האָט זי געשפּילט 55 מאָל. כּדי אָפּצומערקן 70 יאָר זינט דער לעצטער געטאָ־פֿאָרשטעלונג, וועט זי געשפּילט ווערן אין סידנעי אין אויגוסט. 30 קינדער וועלן זיך אין דער אונטערנעמונג באַטייליקן. די פֿאָרשטעלונג ווערט צוגעגרייט פֿון „אָפּערע פּראָמעטיוס‟, דעם מוזיק-פֿאָרשער ד”ר יוסף טאָלץ און דעם סידנעיער ייִדישן מוזיי.

ייִדן און פּאָליאַקן גיבן אָפּ כּבֿוד וויטאָלד פּילעצקי

קאַפּיטאַן וויטאָלד פּילעצקי בעתן געריכט איבער אים פֿון די קאָמוניסטן
קאַפּיטאַן וויטאָלד פּילעצקי בעתן געריכט איבער אים פֿון די קאָמוניסטן

דער פּאָליאַק קאַפּיטאַן וויטאָלד פּילעצקי איז פֿרײַוויליק פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ, כּדי צו אָרגאָניזירן צווישן די געפֿאַנגענע אַן אויפֿשטאַנד, און צו שיקן אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם לאַגער צו דער פּוילישער גלות-רעגירונג אין לאָנדאָן, אין סעפּטעמבער, 1940. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון אוישוויץ אין אַפּריל, 1943, און האָט אָנגעשריבן אַ באַריכט וועגן דער לאַגע אינעם לאַגער. ער האָט אָנטייל גענומען אינעם פּוילישן אויפֿשטאַנד אין וואַרשע אין אויגוסט, 1944, און דערנאָך אָנגעשריבן אַ נאָך מער פּרטימדיקן באַריכט וועגן אוישוויץ. די קאָמוניסטן האָבן אים אומגעבראַכט אין מײַ, 1948. די מעלבורנער ייִדן און פּאָליאַקן זײַנען זיך צונויפֿגעקומען מיט לאָקאַלע מלוכה־לײַט, אָפּצוגעבן פּילעצקין כּבֿוד אינעם מעלבורנער חורבן-מוזיי.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.