סכּנה פֿון ישׂראל־בויקאָט איז איבערגעטריבן

Threat of Israel Boycotts More Bark Than Bite

פּרעמיער בנימין נתניהו מיט ניקעש אַראָראַ, דער וויצע־פּרעזידענט און פֿירמע־שעף פֿון „גוגל‟, בעת דעם אַלוועלטלעכן עקאָנאָמישן פֿאָרום, דעם 24סטן יאַנואַר, 2014, אין דאַוואָס, שווייץ
Getty Images
פּרעמיער בנימין נתניהו מיט ניקעש אַראָראַ, דער וויצע־פּרעזידענט און פֿירמע־שעף פֿון „גוגל‟, בעת דעם אַלוועלטלעכן עקאָנאָמישן פֿאָרום, דעם 24סטן יאַנואַר, 2014, אין דאַוואָס, שווייץ

פֿון „רויטערס‟

Published February 25, 2014, issue of March 14, 2014.

הגם עס וואַקסט דער רעש וועגן עקאָנאָמישע בויקאָטן קעגן ישׂראל צוליב איר אָקופּאַציע פֿון די שטחים, זעט נישט אויס, אַז די בויקאָטיר־אַקציעס וועלן האָבן אַ שטאַרקן כּוח.

געוויסע אייראָפּעיִשע פֿירמעס האָבן זיך טאַקע אָפּגעזאָגט צו פֿירן געשעפֿטן מיט די ישׂראלדיקע פֿירמעס, וואָס אָפּערירן אין מיזרח־ירושלים און אויפֿן מערבֿ־ברעג, אָבער ס׳רובֿ פֿון די ישׂראלדיקע געשעפֿטן געפֿינען זיך סײַ־ווי אויפֿן ברעג פֿונעם מיטללענדישן ים — אַ וועלט אַוועק פֿון די בלאָקאַדעס אויפֿן מערבֿ־ברעג. אַפֿילו די פּאַלעסטינער פֿירמעס פֿאָדערן נישט קיין פֿולשטענדיקן עקאָנאָמישן בויקאָט. „דער בויקאָט איז געוואָרן ווי אַ מין שדים־מעשׂה, וואָס מע דערציילט די קינדער בײַ נאַכט,‟ האָט באַמערקט יונתן מעדוועד, דער הויפּט פֿון OurCrowd, אַ מאַסן־אינוועסטיר־פֿירמע (crowdfunding platform, בלע״ז), וואָס באַמיט זיך צו באַזאָרגן די ישׂראלדיקע פֿירמעס מיט קאַפּיטאַל.

„דער אמת איז, אַז ישׂראל איז אַ גלאָבאַלער פֿירער פֿון דער וואַסער־טעכנאָלאָגיע, הויך־טעכנאָלאָגישער אַגריקולטור, אינטערנעץ־זיכערהייט, אינאָוואַציעס פֿון דער געזונט־באַדינונג און יונגע אונטערנעמונגען („סטאַרט־אַפּס‟),‟ האָט מעדוועד באַטאָנט, בעת אַ וויזיט אין דרום־אַפֿריקע, זוכנדיק פּאָטענציעלע שותּפֿים. „ווער בײַ די קלאָרע געדאַנקען וואָלט זיך אָפּגעזאָגט דערפֿון?‟

אין די 1980ער יאָרן האָט אַ ריי סאַנקציעס און בויקאָטן קעגן דרום־אַפֿריקע, ווי אויך אַן אינעווייניקער אויפֿשטאַנד, דערפֿירט צו דער איזאָלירונג פֿון דער מדינה, און מיט דער צײַט — צום סוף פֿון אַפּאַרטהײַד. די פּראָ־פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן האָפֿן, אַז די זעלבע טאַקטיק וועט צווינגען דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך צו גרינדן אַן אומאָפּהענגיקע מדינה פֿאַר די פּאַלעסטינער, לויט די גרענעצן פֿון 1967. דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט די האָלענדישע פֿירמע „וויטענס‟ זיך אָפּגעזאָגט מיטצואַרבעטן מיט דער ישׂראלדיקער עלעקטריע־פֿירמע „מקורות‟, און אַ חודש שפּעטער האָט דער גרויסער האָלענדישער פּענסיע־פֿאָנד, ABP, אָפּגעשטעלט אירע אינוועסטיציעס אין פֿינף ישׂראלדיקע בענק.

דער ישׂראלדיקער פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד האָט געוואָרנט, אַז דאָס קאָן שאַטן דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע און דערפֿאַר וואָלט ישׂראל אפֿשר טאַקע געדאַרפֿט זיך צוריקציִען פֿון די שטחים. אַ צאָל דיפּלאָמאַטן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד זאָגן אָבער, אַז דער האַנדל מיט יענע פֿירמעס, וואָס אָפּערירן אויף די שטחים — אַזוי ווי די הויט־פֿאַרבעסערונג־מיטלען פֿון דער קאָמפּאַניע „אַהבֿה‟ — רעפּרעזענטירן ווייניקער ווי 1% פֿונעם ריזיקן האַנדל צווישן ישׂראל און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, וואָס האָט פֿאַראַיאָרן באַטראָפֿן מער ווי 36.7 ביליאָן דאָלאַר — 16 ביליאָן דאָלאַר מער ווי מיט צען יאָר פֿריִער.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט „דויטשע באַנק‟ געלייקנט די באַריכטן, אַז זי וועט בויקאָטירן די ישׂראלדיקע בענק, און אַפֿילו ABP האָט מיט עטלעכע וואָכן צוריק צוריקגעצויגן איר בויקאָט פֿון די ישׂראלדיקע בענק.

דערווײַל האַלט אין איין וואַקסן די צאָל אויסלענדישע פֿירמעס, וואָס ווילן אינוועסטירן אין ישׂראל. לויט דער לעצטער אנפֿאָרמאַציע פֿון „בנק־ישׂראל‟, האָט מען במשך פֿון די ערשטע נײַן חדשים פֿון 2013 אינוועסטירט 10.51 ביליאָן דאָלאַר אין דער ייִדישער מדינה — אין פֿאַרגלײַך מיט 2012, ווען דער סך־הכּל איז געווען 9.5 ביליאָן דאָלאַר. דער ישׂראלדיקער עקספּאָרט קיין אייראָפּע פֿאַראַיאָרן איז געשטיגן מיט 6.3%.

די גלאָבאַלע פֿירמעס „גוגל‟, „מײַקראָסאָפֿט‟, „עפּל‟ און „פֿייסבוק‟ האָבן אַלע לעצטנס אינוועסטירט אין ישׂראל.

„די שטענדיקע דראָונגען וועגן בויקאָטן האָבן בכלל נישט געשאַט אונדזער עקאָנאָמיע,‟ האָט באַטאָנט אוריאל לין, דער פּרעזידענט פֿונעם ישׂראלדיקן האַנדל־קאַמער. „ישׂראל האָט שוין דורכגעמאַכט אַ סך ערגערע בויקאָטן. מיר האָבן, למשל, יאָרן לאַנג נישט געהאַט קיין קאָמערציעלע באַציִונגען מיט כינע, און במשך פֿון אַ געוויסער צײַט האָבן מיר בלויז געקענט קויפֿן נאַפֿט פֿון מעקסיקע און עגיפּטן — אַ סימן, אַז מיר קענען רויִק אויסהאַלטן פֿון די בויקאָטן.‟