אַ 100־יאָריקע פֿרוי און אַ 300־יאָריקער פֿידל

A 100-Year Old Woman and a 300-Year Old Violin

Thomas Senne

פֿון טאָבי אַקסלראָד (ייִט״אַ)

Published February 25, 2014, issue of March 14, 2014.

אַ פֿונדאַציע פֿאַר מוזיק־סטודענטן אין נירנבערג, דײַטשלאַנד האָט לעצטנס זיך אונטערגענומען צו געפֿינען די יורשים פֿון פֿעליקס הילדעסהײַמער — אַ ייִד פֿון שפּייער, וועלכער האָט פֿאַרמאָגט אַ 300־יאָירקן פֿידל, אָבער איז אומגעקומען אין 1939.

הילדעסהײַמער איז געווען אַ הענדלער פֿון מוזיקאַלישע אינסטרומענטן. ער האָט דעם פֿידל געקויפֿט אין 1938, אָבער מיט אַ יאָר שפּעטער זיך גענומען דאָס לעבן, נאָך דעם ווי זײַן פֿרוי און טעכטער האָבן באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, אָבער אים האָט מען נישט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן.

דער פֿידל, וואָס איז פּראָדוצירט געוואָרן אין יאָר 1706 דורכן טאַלאַנטירטן איטאַליענישן מײַסטער, דזשוזעפּע גוואַרנערי, געפֿינט זיך הײַנט אין די הענט פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון פֿראַנץ האָפֿמאַן און סאָפֿי האַגעמאַן‟. פֿרוי האַגעמאַן, אַ פֿאַרשטאָרבענע פֿידל־לערערין בײַ דער „נירנבערגער קאָנסערוואַטאָריע פֿון מײַסטערזינגער‟, האָט געקויפֿט דעם פֿידל אין 1974.

זעענדיק, אַז די פֿונדאַציע האָט נישט באַוויזן צו געפֿינען הילדעסהײַמערס יורשים, האָב איך זיך אַליין אונטערגענומען זיי צו זוכן. נאָך דרײַ טעג האָב איך דערגרייכט הילדעסהײַמערס אייניקל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און אים פֿאַרבונדן מיט דער פֿונדאַציע. ביידע צדדים האָבן זיך דערפֿרייט מיט דער נײַעס.

מיר איז געווען אַ חידוש, פֿאַר וואָס די פֿונדאַציע האָט אַליין נישט געפֿונען די קרובֿים. ס׳איז געווען זייער גרינג: בלויז אַ ביסל פֿאָרשן דורך דער אינטערנעץ און עטלעכע בליצבריוו. פֿאַביאַן קערן, אַ מיטגליד פֿון דער פֿונדאַציע, האָט זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז ס׳איז, אַ פּנים, גרינגער פֿאַר אַן אַמעריקאַנער און אַ זשורנאַליסט דאָס צו באַווײַזן.

די פֿונדאַציע און די משפּחה האָבן בדעה אַרומצורעדן אַ פּלאַן וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם אינסטרומענט. קערן זאָגט, אַז די פֿונדאַציע וואָלט געוואָלט אים רעסטאַרווירן און באַצייכענען ווי אַן אָפֿיציעלן „פֿידל פֿון אויסגלײַך‟, וואָס די סטודענטן אין דער נירנבערגער קאָנסערוואַטאָריע זאָלן קענען שפּילן אויף דעם, מיטן תּנאי, אַז זיי זאָלן אויסהערן די געשיכטע פֿון דער משפּחה הילדעסהײַמער.

לכתּחילה האָט די פֿונדאַציע בלויז געוווּסט, אַז הילדעסהײַמער האָט געקויפֿט דעם פֿידל אין 1938. שפּעטער האָט זי זיך דערוווּסט, אַז דער פֿאַרקויפֿער איז געווען אַ באַקאַנטער נאַצי, פֿרידאָלין האַמאַ. ביז איצט ווייסט קיינער נישט, ווי אַזוי האַמאַ האָט אַליין באַקומען דעם פֿידל, און מע ווייסט אויך נישט, וואָס ס׳איז געשען מיטן פֿידל נאָך דעם ווי הילדעסהײַמער האָט אים געקויפֿט.

ס׳איז מעגלעך, אַז די יורשים פֿונעם פֿריִערדיקן אייגנטימער וועלן זיך אָפּרופֿן, אָבער ביז דעמאָלט — האָט קערן געזאָגט — איז מען צופֿרידן, וואָס מע האָט כאָטש געפֿונען הילדעסהײַמערס יורשים. נאָך אַ רעמאָנט וועט דער פֿידל אפֿשר האָבן אַ ווערט פֿון כּמעט 1 מיליאָן דאָלאַר.

הילדעסהײַמערס טאָכטער, מאַרטאַ, לעבט נאָך און האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער געפּראַוועט איר 100סטן געבוירן־טאָג. איר זון, סידני סטראַוס, זאָגט, אַז זי איז אין אַ גוטן געזונט־מצבֿ. כ׳האָב זיך דערוווּסט וועגן מאַרטאַן דורך אַן אַרטיקל אין 2012 אויף דער וועבזײַט פֿון דער פּענסיאָנערן־היים, וווּ זי וווינט.

סטראַוס האָט מיר געזאָגט, אַז זײַן מאַמע האָט פֿאַראַיאָרן טאַקע געהערט פֿון אַ בערלינער פֿאָרשער, וועלכער ספּעציאַליזירט זיך אין פֿאַרלוירענע אינסטרומענטן, און ער איז געווען גרייט צו העלפֿן געפֿינען דעם פֿאַרלוירענעם פֿידל פֿאַר אַ געוויסן פּרײַז. דער זעלבער פֿאָרשער האָט אויך זיך געוואָנדן צו דער פֿונדאַציע, אַז ער איז גרייט צו העלפֿן געפֿינען הילדעסהײַמערס יורשים פֿאַר אַ געוויסן פּרײַז, האָט קערן דערקלערט.

די געשיכטע האָט אַ פֿריילעכן סוף, אָבער כ׳פֿאַרשטיי נאָך אַלץ נישט פֿאַר וואָס ס׳האָט געדויערט אַזוי לאַנג צו פֿאַרבינדן די פֿונדאַציע מיט די יורשים פֿונעם פֿידל, ווען די אינפֿאָרמאַציע איז שוין געווען אויף דער אינטערנעץ מער ווי אַ יאָר צײַט…