אַן אַלטע מיקווה אַנטדעקט

Ancient Mikvah Discovered

דער זשיראָנער מוזיי פֿון ייִדישער געשיכטע
דער זשיראָנער מוזיי פֿון ייִדישער געשיכטע

פֿון ייִט״אַ

Published February 26, 2014, issue of March 14, 2014.

אינעם געוועזענעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון זשיראָנע, די אַלטע שטאָט אין קאַטאַלאָניע, נישט ווײַט פֿון באַרסעלאָנע, אויפֿן צפֿון־מיזרח פֿון שפּאַניע, האָבן די אַרכעאָלאָגן נישט לאַנג צוריק אַנטדעקט אַ מיקווה פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון דער לעצטער שיל אין דער שטאָט. דאָס געפֿינס איז וויכטיק, ווײַל בלויז אַ קליינע צאָל פֿון די אַלטע אייראָפּעיִשע מיקוות האָבן זיך אָפּגעהיט געוואָרן אין אַ גוטן מצבֿ; די היסטאָרישע געבײַדע איז אויך אַ סימן פֿונעם אַמאָליקן רײַכן קולטורעלן און רעליגיעזן לעבן פֿון די זשיראָנער ייִדן.

אינעם יאָר 1492 זענען די ייִדן פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע; פֿאַרן גירוש־ספֿרד, איז זשיראָנע געווען באַקאַנט פֿאַר אַ וועלט־באַרימטן ייִדישן צענטער. די לעצטע שיל אין דער שטאָט האָט זיך געעפֿנט אין 1435. ווען דער קיניג פֿערדינאַנד האָט גוזר געווען צו פֿאַרטרײַבן די ייִדן, האָבן אין זשיראָנע געוווינט בערך 20 ייִדישע משפּחות. די אָרטיקע ייִדן האָבן געמוזט פֿאַרקויפֿן דעם שיל־בנין און פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.

אַ דאַנק די אַרכיוו־דאָקומענטן, האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַשטעטיקן, וווּ די שיל איז געשטאַנען. איצט געפֿינט זיך אינעם אוראַלטן בנין דער שטאָטישער מוזיי פֿון ייִדישער געשיכטע. מאָנטיק, דעם 24טן פֿעברואַר, האָט אַלון בר, דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין שפּאַניע, זיך באַטייליקט אין דער פּירסום־פּרעזענטאַציע פֿון דער אַנטדעקטער אַלטער מיקווה, צוזאַמען מיטן קולטור־מיניסטער פֿון דער קאַטאַלאָניער אויטאָנאָמישער רעגירונג, פֿעראַן מאַסקאַרעל, און דעם מעיאָר פֿון זשיראָנע, קאַרלעס פּיגדעמאָנט.

דער פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן מוזיי אין זשיראָנע האָט איבערגעגעבן, אַז בלויז אַ פּאָר אַנדערע מיקוות פֿון אַזאַ מין זענען אָפּגעהיט געוואָרן אין אייראָפּע און אינען מיטל־לענדישן ראַיאָן: אין בעסאַלו, אויך אין קאַטאַלאָניע; אין סיציליע; און אין מאָנפּעליע, דרום־פֿראַנקרײַך.