מיליאָנען אַנטלויפֿן פֿון סיריע

Millions Flee From Syria

אַ געצעלט־לאַגער פֿון סירישע פּליטים אין אַרסאַל, לבֿנון
Getty Images
אַ געצעלט־לאַגער פֿון סירישע פּליטים אין אַרסאַל, לבֿנון

Published February 27, 2014, issue of March 14, 2014.

דינסטיק, דעם 25סטן פֿעברואַר, האָט אַנטאָניאָ גוטערעס, דער הויפּט־קאָמיסאַר פֿאַר די פּליטים־ענינים בײַ דער „יו־ען‟, איבערגעגעבן, אַז די אַנטלאָפֿענע סיריער וועלן מיט זיך גאָר אין גיכן פֿאָרשטעלן די גרעסטע פּליטים־גרופּע אין דער וועלט — אַפֿילו גרעסער, ווי די אַפֿגאַנער. גוטערעס האָט געזאָגט, אַז ביזן סוף יאָר, זעט אויס, וועט די צאָל פּליטים פֿון סיריע איבערשטײַגן פֿיר מיליאָן נפֿשות.

לויטן חשבון פֿון דער סירישער אָפּאָזיציע, זענען איבער 140,000 מענטשן אומגעקומען אינעם קאָנפֿליקט, וואָס גייט שוין אָן מער ווי דרײַ יאָר. לויט דער „יו־ען‟, נייטיקן זיך 9.3 מיליאָן סיריער אין הומאַניטאַרער הילף. די רעגירונג פֿונעם פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד פֿירט אָבער נישט די רעזאָלוציע פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟ און שטערט דעם צוטריט פֿון דער הילף.

בײַם סוף פֿונעם יאָר 2012, האָט די צאָל אַפֿגאַנישע פּליטים דערגרייכט 2.6 מיליאָן. 2.5 מיליאָן סיריער זענען שוין רעגיסטרירט ווי פּליטים, און זייער צאָל האַלט אין איין וואַקסן. בערך אַ העלפֿט פֿון זיי זענען קינדער. אַחוץ דעם, לויט דער „יו־ען‟, האָבן לכל־הפּחות 6.5 מיליאָן מענטשן געמוזט פֿאַרלאָזן זייער היים, בלײַבנדיק אין סיריע.

מיט פֿינף יאָר צוריק, איז סיריע געווען באַקאַנט דווקא ווי אַ לאַנד, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט אַ סך פּליטים פֿון אַנדערע לענדער — די צווייט־גרעסטע צאָל אין דער וועלט. איצט, פֿאַרקערט, געפֿינען זיך אַ סך אַנטלאָפֿענע סיריער אין די בשכנותדיקע לענדער; די גרעסטע צאָל פֿון זיי, כּמעט אַ מיליאָן, וווינט איצט אינעם קליינעם לבֿנון, און נאָך הונדערטער טויזנט — אין טערקײַ, יאָרדאַניע, איראַק און עגיפּטן.

דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט געוואָרנט, אַז דאָס בכּיוון נישט אַרײַנלאָזן די הומאַניטאַרע הילף איז אַ מלחמה־פֿאַרברעכן. אַ צאָל הויכראַנגיקע פֿאָרשטייער פֿון דער „יו־ען‟ האָבן גערופֿן דעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט אויסצופֿאָרשן דעם מצבֿ אין סיריע.

באַשאַר דזשאַפֿאַרי, דער סירישער שליח בײַ דער „יו־ען‟, האָט אויף דער דערמאָנטער טענה געענטפֿערט, אַז זײַן רעגירונג „זאָרגט זיך תּמיד‟ וועגן די הומאַניטאַרע באַדערפֿענישן און „קאָן גאַנץ גוט אַליין באַהאַנדלען איר אייגענעם קריזיס‟. דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַן קי־מון, האָט באַטאָנט, אַז די סירישע רעגירונג מוז אַרײַנלאָזן מער הומאַניטאַרע אַרבעטער פֿון אַנדערע לענדער, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן נישט געקאָנט אָנקומען צו די 3.3 מיליאָן געליטענע מענטשן אין די איזאָלירטע ראַיאָנען. קי־מון האָט צוגעגעבן, אַז די ביוראָקראַטישע פּראָצעדורן קאָנען נישט זײַן קיין תּירוץ צו שטערן די העלפֿער, ווײַל די סירישע רעגירונג אַליין טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די דאָזיקע שוועריקייטן.