אַ פֿאַרבעטונג אויף וועטשערע

A Dinner Invitation


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 27, 2014, issue of March 14, 2014.

די טעג האָט מיך אַ גוטע באַקאַנטע אײַנגעלאַדן אויף וועטשערע. כ’האָב איר נישט געקענט אָפּזאָגן, ווײַל זי האָרעוועט אַרײַן אינעם פּלאַנירן די וועטשערע מיט וואָכן פֿריִער. זי דערציילט מיר, אַז זי האָט פֿאַרבעטן אירע גוטע פֿרײַנט, און קען זיך נישט קיין עצה געבן.

„וואָס איז די מעשׂה?‟ — האָב איך געוואָלט וויסן.

„הײַנט צו טאָג קומט עס אָן מיט גרינע ווערעם צופֿרידן צו שטעלן די געסט.‟

„לאָמיך הערן?‟ — האָב איך געוואָלט וויסן.

„די מעשׂה איז, אַז מ’האָט צו טאָן מיט אַלערליי משוגעתן בײַ מענטשן; לאָמיך עס צעלייגן אויף קליינע טעלערלעך, נישט די וועטשערע, מיין איך, נאָר די חבֿרה אײַנגעלאַדענע געסט.‟ „איז וווּ האַלטסו?‟ — האָב איך איר אונטערגעטראָגן מײַן נײַגעריקייט.

„וווּ איך האַלט? טיף אין דער אדמה.‟ — האָט זי געענטפֿערט.

„אַ שטייגער, אין וואָס האַנדלט זיך?‟ — ווער איך שוין אומגעדולדיק.

„אַ שטייגער, די פֿרוי פֿרידמאַן איז אַלערגיש צו ׳גלוטען׳, זי מוז עסן בלויז גלוטען־פֿרײַע מאכלים, אַ נישט, איז איר לעבן אין סכּנה. איר מאַן ווידער, עסט בלויז גלוטען, אַ נישט, קריגט ער אַן אויסשיט אונטערן לעפֿעלע. פֿאַראַן אַ נײַע משוגעת ׳וויגען׳ — דאָס איז אַזאַ מין דיעטע וואָס איז גוט פֿאַר בהמות אין פֿעלד, מ’עסט בלויז גרינסן, וואָס מען קולטיווירט אין אייגענעם גאָרטן, אַ נישט, קריגט מען בויך־דרייעניש. דאָס פּאָרל פֿרידמאַנס עסן בלויז גלאַט כּשר, און דאָס אויף פּאַפּירן־געפֿעס, מיט פּלאַסטישע גאָפּל־מעסער, אַזוי אַז איך מוז באַשטעלן פֿאַר זיי שפּײַזן פֿון אַ גלאַט־כּשרן רעסטאָראַן, און מוז זי פֿאַרזיכערן, אַז דאָס געקעכץ וועט חלילה נישט אָנלענען זיך אין מײַן געשיר, נישט אין מײַן אויוון, און נישט אין מײַן קאַץ. איך האָב אַ פֿרײַנדינע וואָס עסט בלויז טריפֿס, זי קען נישט פֿאַרנעמען קיין כּשרס. אירע סימפּטאָמען דריקן זיך אויס אין קירכן־גלאָקן, וואָס זי הערט אין די אויערן.‟

„וויי איז מיר,‟ — האָב איך איר גענומען מיטפֿילן, — ווי וועסטו זיך אַן עצה געבן?‟ זאָגט זי מיר:

„דאָס איז נאָך נישט אַלץ. דו קענסט דאָך משהן און רבֿקהן; זיי זײַנען איבערצײַגטע וועגעטאַריאַנער. זיי רירן זיך נישט צו צו בשר־ודגים, אַפֿילו נישט צו קיין געפֿילטע פֿיש, נישט צו קיין געהאַקטע לעבער, ס’איז דערגאַנגען דערצו, אַז זיי טראָגן נישט קיין לעדערנע שיך, ווײַל זייער גאָט איז אַ וועגעטאַריאַנישער באַשעפֿער און מ’דינט אים מיט אַ ברען.‟

„געדענקסט אפֿשר דבֿורהן און זלמנען? זיי עסן נישט קיין שלימאַקעס, ראַקעס, נישט קיין ים־פֿיש, וואַלפֿיש, פֿישריבע אָדער גאַלע (פּטשאַ). זיי עקלט צו עסן באַשעפֿענישן, וואָס דערנערן זיך פֿון מוראַשקעס און ווערעם, דער עיקר, הערינג, מילץ, רויגן, לאַקס און קאַוויאַר.‟

„איך בין דיך נישט מקנא,‟ — פֿיל איך מיט מיט איר, — כ’ווייס נישט ווי דו וועסט זיך ספּראַווען מיט אַזאַ כאַליאַסטרע דאַרמאָיאַדן?‟ (בחינומדיקע פֿרעסערס)

„וואָס הייסט, ספּראַווען?! מײַן טאָכטער טאָר נישט עסן קיין ניס, מײַן איידעם קען נישט עסן קיין קעז, און מײַן מחותּן טאָר זיך נישט צורירן צו קיין געבעקס. ער איז אַ דיאַבעטיקער.‟

„איז וואָס גייסטו טאָן, טײַערינקע? — בין איך שיִער נישט אַרויס פֿון די כּלים, —וועסט באַשטעלן באַזונדערע פּאָרציעס פֿאַר יעדן איינעם לויט זייער פֿאַרלאַנג?‟

„כ’האָב אַ ברירה? הײַנט אײַנצולאַדן אַ חבֿרה געסט ליידיקט מען זיך אויס, נאָך דערצו אַזאַ חבֿרותא. כ’וועל מוזן באַשטעלן אַ דינסט צו דערלאַנגען יעדערן באַזונדער לויט זייער דיעטע, און מיר ביידע קענען זיך שפּעטער טרעפֿן אין שטאָט און זיך מחיה זײַן מיט אַ פּיצע.‟

איך בין נישט געווען דערשטוינט, אויף יעדן שריט און טריט באַגעגן איך די חבֿרותא, און יעדעס יאָר ווערט עס וואָס ערגער. די דאָקטוירים, דיעטע־ספּעציאַליסטן קומען אַרויס יעדן טאָג מיט נײַע אויסגעפֿינסן, וואָס מאַכן אונדז קראַנק. מיר טרינקען זיך אין מעדיקאַמענטן, צוגאָב־וויטאַמינען, איינס איז גוט פֿאַרן האַרץ, טויג עס נישט פֿאַר דער לעבער; אַ צווייטס, איז גוט פֿאַר דער פּראָסטאַטע, טויג עס נישט פֿאַר די קישקעס; די קרענק פֿאַרמערן זיך יעדער רגע, מענטשן גייען אונטערן מעסער, אַנדערע פּרובירן מאַרשירן צען קילאָמעטער אַ טאָג, ביז די קני מיט די פּיאַטעס לאָזן הערן פֿון זיך. די מאַסאַזשיסטן אַרבעטן איבער די שעהען, דאָקטוירים עפֿענען קליניקעס אין מיטן גאַס, וועגן די אַדוואָקאַטן איז שוין אָפּגערעדט, זיי יאָגן נאָך די אַמבולאַנסן. די וויטאַמין־פֿירמעס לעקן אָפּ אַ ביין. מ’קען ממש נישט אויסלעבן די יאָרן אין רו און שלווה.

האָב איך געפֿונען אַ מיטל. איך וועל זיך אַרויסלאָזן זוכן אַן אינדזל, וווּ די אײַנוווינער טאַנצן און זינגען אַ גאַנצן טאָג, עסן פֿרוכט פֿון די ביימער און האָבן אַלץ אין דר’ערד. דאָס וועט זײַן מײַן שאַנגרילאַ, וווּ מ’קען געפֿינען אַ לעבעדיקן קוואַל וואַסער. ווער געדענקט נישט די מעשׂה מיטן גריכישן קעניג אַלכּסנדר מוקדון, וועלכער איז דערגאַנגען צו די טויערן פֿון גן־עדן.

דאָרט איז געפֿלאָסן אַ לעבעדיקער קוואַל, האָט זיך דער מלך געזעצט אָפּרוען און כאַפּן אַ ביס. האָט ער אַרויסגענומען פֿון זײַן טאַש אַ טויטן הערינג און גענומען אים וואַשן אינעם קוואַל.

מיטאַמאָל איז דער הערינג לעבעדיק געוואָרן און גענומען זיך וואַרפֿן און פּליוכען. האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז ער געפֿינט זיך לעבן דעם גן־עדן. האָט ער אָנגעקלאַפּט אין טויער און געבעטן מען זאָל אים אַרײַנלאָזן. האָט מען אים צו וויסן געטאָן, אַז ער קען נישט אַרײַן, אָבער וואָס זיי קענען יאָ טאָן פֿאַר אים, איז אַרויסוואַרפֿן אַ לעבעדיק אויג.

דאָס אויג האָט געלאַנדעט אין אַלכּסנדרס הענט. האָט ער צונויפֿגערופֿן זײַנע חכמים און געבעטן אַ הסברה, דאָס הייסט, ער האָט געוואָלט וויסן אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. האָבן זיי אים דערקלערט:

„לייג אַרויף דאָס אויג אויף איין שאָל פֿון וואָג, און די צווייטע שאָל פֿיל אָן מיט זילבער און גאָלד, מיט אַלץ וואָס דו פֿאַרמאָגסט.‟

האָט ער אַזוי געטאָן, און דאָס אויג האָט איבערגעווויגן אַלע זײַנע אוצרות מיט זײַן גאַנץ פֿאַרמעג.

„איצט,‟ — האָבן די חכמים געזאָגט, — פּרוביר צו פֿאַרשיטן דאָס אויג מיט אַ הייפֿעלע ערד, וואָס זעסטו?‟

האָט אַלכּסנדר געזען, אַז זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן וועגט אַלץ איבער, און אַז דאָס אויג האָט אָנגעוווירן די גאַנצע קראַפֿט. האָבן די חכמים מיט אים געלערנט בלק:

„כּל־זמן דאָס אויג זעט, האָט עס נישט גענוג, עס וויל אַלץ וואָס דאָס אויג זעט, מער און מער. אָבער מיט דער מינוט וואָס מ’פֿאַרשיט דאָס אויג אין קבֿר, דאַרף עס שוין מער גאָרנישט.‟ הײַנט לעבט מען אין אַ וועלט, וואָס וויפֿל מ’פֿאַרמאָגט איז נישט גענוג, לאָזט מען זיך וווילגיין, מ’איז צעבאַלעוועט, מ’פֿאַלט אונטער דער השפּעה פֿון די לעצטע אויסגעפֿינסן צי זיי סטיסעווען זיך, צי ניין. מ’האָט אויפֿגעהערט צו טראַכטן פֿאַר זיך, עס דאַכט זיך, אַז בײַ יענעם לאַכט זיך, און אַז מ’ווערט פֿאַרבעטן אויף וועטשערע, ברענגט מען מיט אַלע חלאתן, אַלערגיעס, די גאַנצע היפּאָכאָנדריע און זאָל זיך די בעל־הביתטע ספּראַווען דערמיט. איך גיי צושטעלן אַ בורקע באָרשט מיט אַ יאַבציק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.