ישׂראל שענקט 300 קאָפּיעס פֿון אַנאַ פֿראַנקס בוך קיין יאַפּאַן

Israel donates 300 Anne Frank books to Japan

קאָטאַראָ פֿודזשימאַקי, דער דירעקטאָר פֿון דער הויפּט־ביבליאָטעק אין שינדזשוקו־סיטי, מיט אַ צעריסענעם עקזעמפּלאַר פֿון אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך, דעם 21סטן פֿעברואַר
קאָטאַראָ פֿודזשימאַקי, דער דירעקטאָר פֿון דער הויפּט־ביבליאָטעק אין שינדזשוקו־סיטי, מיט אַ צעריסענעם עקזעמפּלאַר פֿון אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך, דעם 21סטן פֿעברואַר

פֿון ייִט״אַ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן

Published February 28, 2014, issue of March 28, 2014.

די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע האָט דאָנערשטיק געשאָנקען די ביבליאָטעקן אין טאָקיאָ 300 עקזעמפּלאַרן פֿון אַנאַ פֿראַנקס „טאָגבוך פֿון אַ יונג מיידל‟, צו פֿאַרבײַטן די ביכער, וואָס אומבאַקאַנטע וואַנדאַלן האָבן צעריסן.

ביז איצט האָט מען אין טאָקיאָ שוין געפֿונען מער ווי 300 צעשטערטע קאָפּיעס פֿונעם טאָגבוך און אַנדערע ביכער וועגן אַנאַ פֿראַנק. די פּאָליציי האָט צונויפֿגעשטעלט אַ ספּעציעלע קאָמאַנדע אויסצופֿאָרשן דעם אינצידענט.

אַנאַ פֿראַנק האָט געפֿירט איר טאָגבוך בשעת זי און איר משפּחה האָבן זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס אין דער אָקופּירטער שטאָט אַמסטערדאַם. נאָכן חורבן איז זי געוואָרן אַ סימבאָל איבער דער וועלט פֿאַרן לייד פֿון די ייִדן במשך דער מלחמה.

אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך איז זייער פּאָפּולער אין יאַפּאַן, און בײַ אַ סך יאַפּאַנער איז עס זייער איינציקער קוואַל פֿון וויסן וועגן דעם חורבן.

די סיבה פֿון די אַטאַקן איז אָבער דערווײַל אַ פֿאַרנעפּלטע. זייער ווייניק ייִדן וווינען הײַנט, אָדער האָבן אַמאָל געוווינט אין יאַפּאַן, און דאָס לאַנד האָט נישט קיין געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם, האָט איבערגעגעבן די „בי־בי־סי‟ אין טאָקיאָ.

די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע האָט אַרויסגעלאָזט אַ דעקלאַראַציע, אויסדריקנדיק די האָפֿענונג, אַז איר צושטײַער פֿון די ביכער וועט צו נוץ קומען די ביבליאָטעקן.

„איר טאָגבוך איז אַ געראָטענער מיטל צו פֿאַרשפּרייטן הומאַניטאַרע ווערטן אין שײַכות מיטן חורבן און ענלעכע געשעענישן,‟ איז געשטאַנען אין דער דעקלאַראַציע, גיט איבער די פֿראַנצייזישע נײַעס־דינסט AFP. „מיר האָפֿן, אַז די מענטשן, וועלכע האָבן דורכגעפֿירט די שרעקלעכע זאַך וועלן געפֿונען און שטרענג געמישפּט ווערן.‟

דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק זענען צוויי קעסטלעך פֿון אַנאַ פֿראַנקס טאָגבוך און ביכער וועגן איר אָנגעקומען אין דער „טאָקיאָ צענטראַלער ביבליאָטעק‟, פֿון אַן אַנאָנימען מנדבֿ, וועלכער האָט זיך אונטערגעשריבן „טשיונע סוגיהאַראַ‟, לויט דער „וואַשינגטאָן פּאָסט‟. סוגיהאַראַ איז געווען אַ יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט, וועלכער האָט געהאָלפֿן טויזנטער ייִדן אַנטלויפֿן פֿון די נאַציס.