דער ייִדישער דיכטער שמואל ראָסין

The Yiddish poet Shmuel Rosin


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 28, 2014, issue of March 28, 2014.

ניט לאַנג צוריק האָב איך געקויפֿט אַ בוך, אויף רוסיש, וואָס הייסט „נע-ונדניקעס פֿון דער מלחמה: קינדער פֿון שרײַבער דערמאָנען זיך, 1941–1944‟. נאַטאַליאַ גראָמאָוואַ, די צונויפֿשטעלערין פֿון אָט דעם אינטערעסאַנטן באַנד, האָט דורכגעפֿירט אַ גרויסע אַרבעט, געפֿונען די קינדער (הײַנט שוין באַיאָרנטע לײַט), וועלכע זײַנען עוואַקויִרט געוואָרן דורך דעם שרײַבער-פֿאַראיין. צווישן זיי איז געווען אויך עראַ ראָסין, די טאָכטער פֿון שמואל ראָסין און זײַן ווײַב ראָזע.

אין אויגוסט 1941 האָט די מאָסקווער אָרגאַניזאַציע פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין געשיקט אויפֿן פֿראָנט צענדליקער ליטעראַטן, וועלכע וואָלטן אַנדערש — צוליב זייער עלטער אָדער געזונט-צושטאַנד — ניט געווען מאָביליזירט. געהייסן האָט עס, אַז די שרײַבער זײַנען אַוועק „פֿרײַוויליק‟ אין אָפּאָלטשעניע (פֿאָלקשוץ) צו פֿאַרטיידיקן מאָסקווע, אָבער ניט אַלע אָפּאָלטשענצעס זײַנען געווען באמת פֿרײַוויליקע. אייניקע האָט מען געזאָגט, אַז זיי מוזן עס טאָן. אַ היפּש ביסל אַזעלכע שרײַבער, ווייניק צוגעפּאַסט צום פֿירן מלחמה, זײַנען אומגעקומען. צווישן זיי זײַנען געווען אויך די ייִדישע שרײַבער און קריטיקער: אַהרן גורשטיין, שמואל גאָדינער, מאיר ווינער און אַ צאָל אַנדערע. געווען צווישן זיי אויך שמואל ראָסין.

קאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניפּראָפּעטראָווסק) איז אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור. הײַנט רעדט מען וועגן דער שטאָט, דער עיקר, ווי דעם צענטער פֿון דער ליובאַוויטשער אַקטיוויטעט. אָבער דאָרטן זײַנען געווען אויך אַ סך אַנדערע זאַכן. דאָרטן האָט, אַ שטייגער, אָנגעהויבן זײַן וועג אין דער ייִדישער ליטעראַטור דער דיכטער פּרץ מאַרקיש; דאָרט האָט געוווינט די דיכטערין חנה לעווין. אַ קורצע צײַט איז אין דער שטאָט געווען טעטיק אַ ייִדישער פּאָליטעכנישער אינסטיטוט, אפֿשר דער ערשטער ייִדישער אַנשטאַלט פֿון העכערער בילדונג.

מיט 95 יאָר צוריק איז אין קאַטערינאָסלאַוו אַרויס דאָס ערשטע ביכל פֿון דעם דיכטער שמואל ראָסין. געהייסן האָט עס „באָבע-מעשׂיות‟ — זייער שיינע קינדער־פּאָעמעס. אָט ווי עס הייבט זיך אָן:

אויפֿן פּריזבע זיצט די באָבע
שבתדיק געקליידט
און די זון מיט פֿײַכטע בליקן
צום פֿאַרגאַנג באַגלייט.
איבער געסל לאַנגע שאָטנס
שפּרייטן זיך, ווי זײַד,
ס‘זעגנט זיך דער שבת-קודש
מיט די פֿרומע לײַט.

דערמיט האָט פֿעסט דעביוטירט אין דער ייִדישער פּאָעזיע שמואל ראָסין, כאָטש זײַנען לידער פֿלעגן זיך באַווײַזן אויך פֿריִער אין דער פּרעסע. ער איז דעמאָלט געווען 25 יאָר אַלט. די ערשטע וועלט-מלחמה האָט אים, ווי טויזנטער ייִדן פֿון ליטע און ווײַסרוסלאַנד, געבראַכט קיין אוקראַיִנע. אין אַ פּאָר יאָר אַרום נאָך די „באָבע-מעשׂיות‟ איז ראָסין געקומען קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט געאַרבעט אין אַ ייִדישן ביכער-געשעפֿט, שפּעטער — אין אַ קינדערגאָרטן, אַ קינדערהיים, און איז, סוף-כּל-סוף, געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער דיכטער. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן זײַנען בײַ אים אַרויס אַ טוץ ביכער.

ראָסינס פֿרוי האָט זיך צוזאַמען מיט דער טאָכטער עוואַקויִרט פֿון מאָסקווע. אָבער דערנאָך האָט זי זיך אומגעקערט, כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיטן מאַן, וועלכער איז געווען אַ סך עלטער פֿון איר. אָט ווי עס שרײַבט וועגן דעם עראַ ראָסין-דרוצע (זי האָט חתונה געהאַט מיטן באַקאַנטן מאָלדאַווישן שרײַבער יאָן דרוצע):

דער ווינטער איז אין 1941 געווען אַ פֿריִער און אַ האַרבער, פֿראָסטיקער. זינט דעם האַרבסט איז זייער קאַלט געוואָרן. די שרײַבער-אָפּאָלטשענצעס, כּמעט אַלע עלטערע מענטשן (די יונגע זײַנען אַוועק לויטן פּריזיוו), האָבן געליטן פֿון קעלט אויפֿן מיזרח-פֿראָנט הינטער דער שטאָט וויאַזמע. זיי זײַנען אַוועק אין אָפּאָלטשעניע צו פֿאַרטיידיקן די הויפּטשטאָט נאָך אין אויגוסט, ווען ס‘איז געווען וואַרעם, און איצט האָבן זיי, שלעכט אָנגעטאָן און הונגעריקע, שטאַרק געליטן. זיי האָבן ניט געהאַט קיין וואַרעמע מונדירונג, קיין עסנוואַרג, קיין געווער. די מאַמע, ווען זי האָט זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע, איז אַוועק אין דער מיליטערישער קאָמיסיע בײַם שרײַבער-פֿאַראיין, און זיי האָבן גיך צונויפֿגעקליבן גרויסע פּעקלעך פֿאַר די אָפּאָלטשענצעס. צונויפֿגעקליבן האָט מען מערסטנטייל פֿוטערנע היטלען, הענטשקעס, שאַרפֿן און שפּײַז, ווײַל מיט עסן איז דאָרטן געווען זייער שלעכט.

די פּראָבלעם איז געווען ווי אַזוי צו ברענגען די דאָזיקע זאַכן אויפֿן פֿראָנט, הינטער וויאַזמע. דאָרטן האָט מען געשאָסן, די דײַטשישע עראָפּלאַנען האָבן באָמבאַרדירט טאָג ווי נאַכט. און די מאַמע האָט זיך אַרויסגערופֿן צו ברענגען דאָס אַלץ אויפֿן פֿראָנט. זי האָט גלײַך ווי געפֿילט, אַז זי וועט זיך ניט אומקערן צוריק אַ לעבעדיקע. זי האָט אַזוי געזאָגט אירער אַ באַקאַנטער, וועלכע איז געפֿאָרן אויפֿן פֿראָנט ווי אַ קראַנקן-שוועסטער: „דו וועסט זיך אומקערן, און איך ניט‟.

ניט זי, ניט איר מאַן האָבן זיך פֿון הינטער וויאַזמע טאַקע ניט אומגעקערט.

אין 1958 איז אין מאָסקווע אַרויס אַ בוך, אין וועלכן עס זײַנען אײַנגעשלאָסן געוואָרן רוסישע איבערזעצונגען פֿון שמואל ראָסינס לידער.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.