ישׂראל קריטיקירט IAEA פֿאַר נישט פּובליקירן באַריכט וועגן איראַן

Israel Blasts IAEA for Not Publishing Report on Iran

דער דירעקטאָר פֿון IAEA, יוקיִאַ אַמאַנאָ (לינקס) מיטן איראַנישן אויסערן־מיניסטער, מאָהאַמעד דזשאַוואַד זאַריף, בעת אַ זיצונג, דעם 2טן פֿעברואַר, אין מינכען, דײַטשלאַנד
Getty Images
דער דירעקטאָר פֿון IAEA, יוקיִאַ אַמאַנאָ (לינקס) מיטן איראַנישן אויסערן־מיניסטער, מאָהאַמעד דזשאַוואַד זאַריף, בעת אַ זיצונג, דעם 2טן פֿעברואַר, אין מינכען, דײַטשלאַנד

פֿון ייִט״אַ

Published March 02, 2014, issue of March 28, 2014.

דער ישׁראלדיקער אויסשפּיר־מיניסטער יובֿל שטײַניץ האָט פֿרײַטיק שאַרף קריטיקירט דעם באַשלוס פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון אַטאָמישער ענערגיע‟ נישט אַרויסצולאָזן דעם באַריכט וועגן איראַן.

שטײַניצס קריטיק איז געווען אַ רעאַקציע אויף אַן אַרטיקל אין „רויטערס‟, אַז די אַגענטור וועט דערווײַל נישט אַרויסלאָזן דעם באַריכט, וואָס זי האָט פֿאַראַיאָרן צונויפֿגעשטעלט, כּדי נישט צו שטערן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן וועגן איר נוקלעאַרער פּראָגראַם.

לויט „רויטערס‟ איז דער אינהאַלט פֿונעם באַריכט נישט באַקאַנט, אָבער ס׳איז מעגלעך, אַז די אויספֿאָרשונג האָט אַנטדעקט געוויסע מיליטערישע עלעמענטן אין איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם. „דאָס נישט פּובליקירן דעם באַריכט זעט בכלל נישט אויס ווי אַ באַרעכטיקטער שריט,‟ האָט שטײַניץ דערקלערט.

דער ציל פֿון דער IAEA איז „צו אַנטפּלעקן פֿאַר דער וועלט די גאַנצע אינפֿאָרמאַציע וועגן די מיליטערישע אַספּעקטן פֿון דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם. זי טאָר נישט צוריקהאַלטן דעם באַריכט, צוליב אַ דיפּלאָמאַטישער סענסיטיווקייט,‟ האָט שטײַניץ באַטאָנט. „איך רוף דער IAEA צו פֿאַרענדיקן און פּובליקירן דעם באַריכט אַזוי גיך ווי מעגלעך, טאַקע צוליב דער וויכטיקייט פֿון דעם מיליטערישן עלעמענט בײַם צונויפֿשטעלן אַן אָפּמאַך מיט איראַן.‟

איראַן האָט אונטערגעשריבן אַ צײַטווײַליקן הסכּם מיט זעקס וועלטמאַכטן אין נאָוועמבער — אַ שריט, וואָס ישׂראל האָט פֿאַרדאַמט ווי „אַ היסטאָרישער טעות‟, ווײַל דער הסכּם האָט נישט געפֿאָדערט, אַז איראַן זאָל פֿונאַנדערטיילן אירע ערטער פֿון אוראַניום־באַרײַכערונג. צוליב דעם אָפּמאַך האָט מען צוריקגעצויגן אַ טייל פֿון די סאַנקציעס קעגן איראַן, און איראַן האָט געזאָלט אָפּשטעלן אַ טייל פֿון אירע נוקלעאַרע טעטיקייטן. איראַן און די זעקס לענדער — דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד און כינע — פֿירן איצט דורך פֿאַרהאַנדלונגען אויף אַ לעצט־גילטיקן אָפּמאַך.

אין נאָוועמבער 2011 האָט דער באַריכט פֿון דער IAEA אַנטבלויזט אַ באַרג מיט אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע וועגן געוועזענע אַקציעס אין איראַן, וואָס וואָלטן געקאָנט דערפֿירן צו דער אַנטוויקלונג פֿון נוקלעאַרע וואָפֿנס, און וואָס גייען אפֿשר אַפֿילו ווײַטער אָן. איראַן האָט געלייקנט די באַשולדיקונג.

די IAEA האָט געהאָלפֿן די מערבֿדיקע לענדער פֿאַרשטאַרקן די סאַנקציעס קעגן איראַן, אַרײַנגערעכנט אַ נאַפֿט־עמבאַרגאָ מצד דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד אין 2012.