געשעפֿט-קאָאַליציע רופֿט פֿאַר שלום־אָפּמאַך

Business Coalition Calls For a Peace Deal

אַ רעקלאַמע־שילד פֿינאַנצירט פֿון אַ גרופּע געשעפֿטסלײַט דערמוטיקט ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו צו מאַכן שלום מיט די פּאַלעסטינער.
אַ רעקלאַמע־שילד פֿינאַנצירט פֿון אַ גרופּע געשעפֿטסלײַט דערמוטיקט ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו צו מאַכן שלום מיט די פּאַלעסטינער.

פֿון נתן דזשעפֿיי (Forward)

Published March 02, 2014, issue of March 28, 2014.

תּל־אָבֿיבֿ. — אַ נײַע קאָאַליציע פֿון ישׂראלים און פּאַלעסטינער, וואָס זוכט אַ לייזונג פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן די צוויי פֿעלקער, איז נישט די געוויינטלעכע מחנה שלום־אַקטיוויסטן. זיי זענען פֿאַרמעגלעכע געשעפֿטסלײַט אין פֿאַרשידענע געביטן, אַרײַנגערעכנט די בוי־אינדוסטריע און די הויכע טעכנאָלאָגיע. זיי דאַרפֿן נישט האָרעווען צו קריגן דעם אויפֿמערק פֿון די מלוכישע פֿירער, ווײַל זיי האָבן עס שוין — פֿון פּרעמיער בנימין נתניהו ביז די פֿירער פֿון „כאַמאַס‟.

די גרופּע, וואָס רופֿט זיך Breaking the Impasse (ברעכט די פֿאַרגליווערטקייט), איז געגרינדעט געוואָרן אין 2012. דער ישׂראלדיקער פֿירער, יוסיי ורדי (וואַרדי), איינער פֿון די גרינדער פֿון דער הויך־טעכנאָלאָגיע אינדוסטריע אין לאַנד, האָט איבערגעגעבן, אַז די קאָאַליציע, וואָס טרעפֿט זיך יעדן חודש אין תּל־אָבֿיבֿ „איז נישט קיין גרופּע לינקע בעלי־חלומות‟. 120 פֿון זיי זענען פּאַלעסטינער, וועלכע וווינען אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין ירושלים.

די מיטגלידער פֿון BTI דריקן שטילערהייט אויף זייערע רעגירונג־באַאַמטע, צו פּרוּוון איבערצײַגן דעם גלײַכגילטיקן פּובליקום צו שטיצן דעם שלום־פּראָצעס. „אָן אַן אָפּמאַך קענען מיר נישט צוזאָגן, אַז די מדינה וועט בלײַבן אַ ייִדישע און אַ דעמאָקראַטישע,‟ שטייט הײַנט געשריבן אויף הונדערטער פּלאַקאַטן איבער ישׂראל. מיט אַנדערע ווערטער — אָן אַ שלום־אָפּמאַך קאָנען די פּאַלעסטינער אין גיכן איבערשטײַגן די ייִדן אין די שטחים, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אונטער דער ישׂראלדיקער שליטה. אויף איין פּלאַקאַט זעט מען נתניהוס בילד, און אונטער דעם — די אונטערשריפֿט: „ביבי, בלויז דו קענסט עס טאָן‟.

דן סופֿר, אַ ישׂראלדיקער מיטגליד פֿון BTI, האָט געזאָגט דעם Forward, אַז די 300 מיטגלידער פֿון דער גרופּע קאָנטראָלירן מער ווי אַ פֿינפֿטל פֿון דער אינלאַנד־פּראָדוקציע אין ישׂראל און אויף די פּאַלעסטינער שטחים.

צווישן די אַנדערע מיטגלידער: רמי לווי, דער מאַגנאַט פֿון דער ריזיקער ישׂראלדיקער סופּערמאַרק־קייט אויף זײַן נאָמען, און מוניב מאַסרי, דער רײַכסטער פּאַלעסטינער אויף דער וועלט און איינער פֿון די גרינדער פֿון BTI. מאַסרי איז אַן אָפֿטער גאַסט בײַ דער מערבֿ־געשטיצטער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, און אויך בײַ די פֿירער פֿונעם „כאַמאַס‟־רעזשים אין עזה, אַרײַנגערעכנט דעם „כאַמאַס‟־פּרעמיער, איסמאַיִל כאַניאַ.

„איך פּרוּוו מיט אַלע כּוחות צו דערמעגלעכן, אַז אויב מע וועט צופֿרידנשטעלן אונדזערע תּנאָים פֿאַר אומאָפּהענגיקייט, וועט ׳כאַמאַס׳ אויך מסכּים זײַן,‟ האָט מאַסרי געזאָגט.

דער עקאָנאָמישער עלעמענט פֿון דער אָקופּאַציע איז לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, ווען Soda Stream, אַ ישׂראלדיקע פֿירמע אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער אַקטריסע סקאַרלעט דזשאָהאַנסאָן, און דערבײַ אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן איבער דער וועלט, אַז די פֿירמע פּראָפֿיטירט פֿון דער אָקופּאַציע.

די ישׂראלדיקע מיגלידער פֿון BTI זאָרגן זיך טאַקע וועגן די בויקאָט־אַקציעס, הגם זיי ווייסן, אַז אַ טייל פֿון די פּאַלעסטינער BTI־מיטגלידער שטיצן זיי, און דערפֿאַר האַלט די גרופּע, אַז בלויז געלונגענע פֿאַרהאַנדלונגען קאָנען אָפּשוואַכן די ריזיקע פֿון בויקאָטן.

ידין קאַופֿמאַן, אַן אינוועסטירער אין נײַע פֿירמעס, האַלט, אַז אַ שלום־אָפּמאַך וועט קאָנען אַראָפּברענגען די הויכע פּרײַזן אין ישׂראל. „ס׳וועט נישט געשען איבערנאַכט, אָבער מיט דער צײַט וועלן די רעגירונג־פֿאָנדן, וואָס ווערן הײַנט אויסגעגעבן אויף פֿאַרטיידיקונג, זיכערהייט און בוי־פּראָיעקטן אויף די שטחים, אויסגעניצט ווערן צו פֿאַרבעסערן די געזעלשאַפֿט, און במילא אַראָפּברענגען די לעבנס־האַלטונג.‟