ברוסקינס אויסשטעלונג

Grisha Bruskin‘s Exhibit

גרישאַ ברוסקלינס סקולפּטורן פֿונעם פּראָיעקט „די אויסעראָרדטלעכע צײַט‟
Arkadiy Yagudaev
גרישאַ ברוסקלינס סקולפּטורן פֿונעם פּראָיעקט „די אויסעראָרדטלעכע צײַט‟

פֿון וויעניאַמין אַרטאָוו

Published March 04, 2014, issue of March 28, 2014.

דעם 12טן פֿעברואַר, האָט זיך אין דער „מאָרבאָראָ־גאַלעריע‟, אויף דער 57סטער גאַס פֿון מאַנהעטן, געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג פֿונעם רוסלענדיש־אַמעריקאַנער קינסטלער גריגאָרי (גרישאַ) ברוסקין, מיטן נאָמען „גרישאַ ברוסקין: די אויסעראָרדטלעכע צײַט‟. אויף ענגליש הייסט עס „Grisha Bruskin: H-Hour‟. די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 15טן מאַרץ.

ברוסקין איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, אין 1945. ער איז געוואָרן באַקאַנט אין דער וועלט אינעם יאָר 1988, ווען זעקס זײַנע ווערק, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימט־געוואָרענעם „פֿונדאַמענטאַלן לעקסיקאָן‟, זענען פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר 930 טויזנט דאָלאַר אויף דער ליציטאַציע „סאָטבי‟ אין מאָסקווע. זינט דעמאָלט, האָבן אַ סך מוזייען און זאַמלער געקויפֿט זײַנע שאַפֿונגען. מסתּמא, איז ברוסקין הײַנט דער פּאָפּולערסטער צווישן די קינסטלער, וואָס שטאַמען פֿון רוסלאַנד. הײַנט וווינט ער און אַרבעט טיילווײַז אין רוסלאַנד, טיילווײַז אין ניו־יאָרק.

צוליב דעם פּראָיעקט „די צײַט טשע‟ האָט ברוסקין געוווּנען דעם „קאַנדינסקי־פּריז‟ אינעם יאָר 2012. איצט, אין איינער פֿון די סאַמע פּרעסטיזשפֿולע שטאָטישע גאַלעריעס, קאָנען די ניו־יאָרקער תּושבֿים זיך באַקענען מיט זײַנע ווערק, פֿאַראייניקט מיט איין פֿילאָסאָפֿישער קאָנצעפּציע, וועלכע ער האָט געשאַפֿן פֿון 2008 ביז 2012.

מע קאָן זאָגן, אַז ברוסקינס שאַפֿונגען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ סינטעז פֿון סימבאָליזם, קאָנצעפּטואַליזם און סוררעאַליזם. אַ גרויסע ראָלע שפּילן אין זיי פֿאַרשיידענע באַהאַלטענע סימבאָלן, פֿאַרבונדן מיט ליטעראַטור און רעליגיע, וואָס דורך זיי דריקט דער קינסטלער אויס זײַן פּערזענלעכן קוקווינקל אויפֿן לעבן. ס׳איז באַוווּסט, אַז דער קינסטלער האָט ליב קבלה און מיזרחדיקע גײַסטיקע טראַדיציעס. אין זײַנע ווערק קאָן מען אָבער אויך געפֿינען רמזים אויף דער סאָוועטישער און רוסלענדישער געשיכטע. אין זײַנע ביכער, טרעט ברוסקין אויף נישט בלויז ווי אַ קינסטלער, נאָר אויך ווי אַ קונסט־קריטיקער מיט אַן אייגנאַרטיקער פֿילאָסאָפֿישער פּערספּעקטיוו.

די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון 49 בראָנדזענע סקולפּטורן, באַצירט מיטן ווײַסן עמאַל, וועלכע רעפּרעזענטירן, ווי ברוסקין האָט דערקלערט אין אַ ספּעציעלן מאַניפֿעסט, „דעם מיטאָס פֿונעם שׂונא אין אַלע זײַנע בחינות‟. דער שאַפֿער פֿון די פֿיגורן האָט באַמערקט, אַז אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון דער אַמעריקאַנער „מלחמה קעגן טעראָריזם‟ ווערט פֿאַרלוירן „די גרענעץ צווישן די מענטשלעכע רעכט און דעם לעבן, און עס קומט אויף די מאָדנע וועלט פֿון דער אויסעראָרדטלעכער לאַגע, וווּ די רעכט ווערן נישט אויסגעפֿירט און דאָס לעבן פֿון אַ מענטש ווערן געמישפּט דורך דער עקספּערטיז פֿון דער ריין ביאָלאָגישער מאַכט‟.

אין זײַנע ווערק, פּרוּווט ברוסקין אויסצודריקן, ווי אַזוי במשך פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע האָט מען זיך פֿאָרגעשטעלט דעם מיטאָלאָגישן קעגנער. דער הײַנטיקער מצבֿ אין אַמעריקע דערמאָנט אים זײַנע שול־יאָרן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווען מע פֿלעגט שילדערן אויף די פּלאַקאַטן דעם שרעקלעכן אַבסטראַקטן שׂונא, מיט וועלכן דער סאָוועטישער בירגער מוז זײַן גרייט זיך צו טרעפֿן. אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, האָט די זעלבע ראָלע פֿאַרנומען דער גלאָבאַלער טעראָריזם. דווקא די אַלטע סאָוועטישע פּלאַקאַטן האָבן אים אינספּירירט צו שאַפֿן די חידושדיקע סקולפּטורן.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז, אין פֿאַרגלײַך מיט ברוסקינס פֿריִערדיקע אויסשטעלונגען, פֿאַרבונדן מיט די נעמען פֿון באַקאַנטע רוסישע קינסטלער, האָבן בלויז אַ קליינע טייל רוסיש־רעדנדיקע מענטשן אין ניו־יאָרק זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער נײַער עקספּאָזיציע. בײַ די אַמעריקאַנער ליבהאָבער פֿון קונסט האָט זי אָבער אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס.