רוסלאַנד: אַן אַגרעסיע קעגן אוקראַיִנע

Russia’s Actions Represent Open Aggression Against Ukraine

אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע אין קיִעוו, מערץ 2
Getty Images
אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע אין קיִעוו, מערץ 2

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 05, 2014, issue of March 28, 2014.

מע זאָגט, אַז די קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד אַנגעלאַ מערקעל האָט לעצטנס, נאָך איר שמועס מיט וולאַדימיר פּוטין, זיך פֿאַרבונדן מיט באַראַק אָבאַמאַ און אים געזאָגט, אַז זי איז ניט זיכער, צי דער רוסישער פּרעזידענט „האָט נאָך אַ קאָנטאַקט מיט דער רעאַלקייט‟, און אַז ער „לעבט אין אַן אַנדער וועלט‟.

דערווײַל, אָבער, שאַפֿט זיך בײַ מיר אַן אײַנדרוק, אַז איך לעב אין אַן אַנדער וועלט. ווײַל מיר איז שווער, כּמעט אוממעגלעך, אויפֿצונעמען ווי אַ רעאַלקייט די געשעענישן אין אוקראַיִנע, בפֿרט אין קרים. נאָך ניט לאַנג צוריק האָט מען געהאַלטן אין איין רעדן וועגן דער סכּנה, וואָס דערוואַרט אין סאָטשי, בעת די אָלימפּישע שפּילן. דער סוף איז, אַז דווקא אין סאָטשי זײַנען קיין שרעקלעכע זאַכן ניט געשען. קיין „שוואַרצע אַלמנות‟ צי אַנדערע מינים טעראָריסטן האָבן זיך דאָרטן ניט באַוויזן.

פֿאַר אַ סכּנה שטייט איצט די באַפֿעלקערונג פֿון אוקראַיִנע, ווי אויך, אפֿשר, אַ גרעסערער טייל פֿון דער וועלט, און דאָס טוט ניט קיין מוסולמענישער גזלן, נאָר אַ כּמו-ציוויליזירטער און ביז גאָר קריסטלעכער גזלן — וולאַדימיר פּוטין און זײַן רעגירונג. נאָך מער: עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די יאָרנלאַנג-געפֿירטע פּראָפּאַגאַנדיסטישע אינדאָקטרינאַציע ברענגט געראָטענע רעזולטאַטן, ווײַל די רוסישע באַפֿעלקערונג האַלט אונטער די עקספּאַנסיאָניסטישע פּלענער פֿון איר פֿירער.

אין דער מיליטערישער אָפּעראַציע גופֿא באַטייליקן זיך דערווײַל ניט קיין סך רוסישע מיליטערלײַט, אָבער זיי האָבן שוין יאָ אָפּגעשניטן קרים פֿון אוקראַיִנע. די אוקראַיִנישע אַרמיי בלײַבט דערווײַל אין די קאַזאַרמעס. בלויז אייניקע יחידים און טיילן זײַנען אַריבער אויף דער רוסישער זײַט. ס‘איז קלאָר, אַז רוסלאַנדס ציל איז צו פֿאַרכאַפּן דעם האַלב-אינדזל און ניצט דערבײַ, ווי אַ „באַרעכטיקונג‟, די טערמינאָלאָגיע, וועלכע מע האָט בשעתּו געהערט פֿון היטלערן, ווען דײַטשלאַנד האָט אײַנגעשלונגען די דײַטשיש-באַפֿעלקערטע געגנטן פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ און „אײַנגעשלאָסן‟ עסטרײַך. דעמאָלט און איצט האָט מען עס געטאָן, כּדי כּלומרשט „פֿאַרטיידיקן‟ מענטשן פֿון זייער אייגענעם פֿאָלק.

און נאָך איין האָקוס-פּאָקוס האָט דער רוסישער צד צוגעגרייט, דהײַנו: אַ בריוו, אונטערגעשריבן דורך וויקטאָר יאַנוקאָוויטשן, וואָס האַלט זיך נאָך אַלץ פֿאַרן פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע. אין דעם דאָזיקן בריוו גייט די רייד וועגן דעם, אַז ער בעט רוסלאַנד אַרײַנצופֿירן די אַרמיי אין אוקראַיִנע און אָפּשטעלן די „פֿאַשיסטישע‟ איבערקערעניש. כאַראַקטעריש, אַז נאָך ניט לאַנג צוריק האָט מען פֿאַר יאַנוקאָוויטשן ניט אַרויסגעוויזן אין רוסלאַנד קיין שום דרך-ארץ. אָבער איצט האָט מען פֿון אָט דעם שטיקל גאָרנישט אויסגעפּועלט די נייטיקע „לעגיטימע באַרעכטיקונג‟ פֿאַר דער אָפֿענער אַגרעסיע.

בינו-לבינו באָמבאַרדירט מען דעם רוסישן עולם מיט פּראָפּאַגאַנדיסטישער ליגנערײַ. וועגן אַלע אוקראַיִנער רעדט מען הײַנט ממש ראַסיסטיש, ווי וועגן „באַנדעראָווצעס‟ (אָדער „בענדעראָווסצעס‟) — געפֿערלעכע, בלוטגיריקע, נאַציסטישע שׂונאים פֿונעם רוסישן פֿאָלק. נאָך ניט לאַנג צוריק זײַנען די אוקראַיִנער געווען „ברידער‟; הײַנטיקע טעג געהערט צו דער קאַטעגאָריע „ברידער‟ נאָר די רוסישע באַפֿעלקערונג פֿון אוקראַיִנע. די גאַנצע טערמינאָלאָגיע איז גענומען געוואָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה; למשל, אַז מע דאַרף אָפּשטעלן די „ברוינע מגפֿה‟.

די שטיצע־ווערטער פֿונעם אַקטיאָר דזשאַרעד לעטאָ, געזאָגט בעתן באַקומען דעם „אָסקאַר‟, און געוואָנדן צו די פֿעלקער פֿון אוקראַיִנע און ווענעזועלע, האָט מען אויף דער רוסישער טעלעוויזיע פּשוט אַרויסגעשניטן.

מע מישט אַרײַן אין דער דאָזיקער פּראָפּאַגאַנדע אויך אַ „ייִדישן עלעמענט‟ — מע דערמאָנט יענע אוקראַיִנער, וועלכע האָבן מיטגעאַרבעט מיט די נאַציסטן. דערצו „פֿאַרגעסט‟ מען צו זאָגן, אַז אין די לעצטע צוויי יאָר פֿון דער מלחמה איז בערך יעדער דריטער סאָלדאַט פֿון דער רויטער אַרמיי געווען אַן אוקראַיִנער. און מע מאַכט אַ שווײַג, אַז די קיִעווער „פֿאַשיסטישע רעגירונג‟ האָט אין די לעצטע טעג געשטעלט דווקא ייִדן אין שפּיץ פֿון צוויי געגנטן — דער אָדעסער און דער דניפּראָפּעטראָווסקער.

וואָס וועט זײַן ווײַטער? צי וועט זיך דער מערבֿדיקער וועלט אײַנגעבן אָפּצושטעלן די רוסישע אַגרעסיע אין אוקראַיִנע?

איך בין אַ פּעסימיסט, דערפֿאַר זע איך אין מײַן שוואַרץ-און-ווײַסן סצענאַר, אַז קרים ווערט אָפּגעריסן פֿון אוקראַיִנע. דאָס הייסט ניט, אַז ער וועט גלײַך ווערן אַ טייל פֿון רוסלאַנד, כאָטש אַזוינס איז אויך ניט אויסגעשלאָסן, און און רוסלאַנד באַקט מען שוין געזעצן פֿאַר אַזאַ אײַנשלוס. דאָך, אַ געוויסע צײַט קען קרים, אפֿשר, בלײַבן „אומאָפּהענגיק‟, ווי עס זײַנען „אומאָפּהענגיק‟ אייניקע טיילן פֿון גרוזיע און מאָלדאָווע.

ווי אַ רעאַקציע אויף דער דאָזיקער אָפּעראַציע וועלן (אין „מײַן סצענאַר‟) אייראָפּע און „נאַטאָ‟ אַרײַננעמען אונטער זייער פֿליגל דאָס רעשט פֿון אוקראַיִנע, ווי אויך גרוזיע און מאָלדאָווע. די פּאָליטישע טעמפּעראַטור וועט פֿאַלן זייער נידעריק, ביז די גראַדוסן פֿון דער קאַלטער מלחמה. דער דאָזיקער סצענאַר איז זייער אַ שלעכטער, אָבער עס קען זײַן נאָך ערגער, טאָמער פּוטין וועט באַשליסן זיך ניט אָפּשטעלן אין קרים, נאָר אַ פּרוּוו טאָן אָפּצובײַסן פֿון אוקראַיִנע נאָך אייניקע געגנטן.

די איינציקע עפֿעקטיווע מניעה פֿאַר דער עקספּאַנסיאָניסטישער רוסישער פּאָליטיק קען אויפֿגעבויט ווערן דורכן אָפּזאָגן זיך פֿון קויפֿן דעם רוסישן ענערגאָ-עקספּאָרט — גאַז און נאַפֿט. אָבער איך בין גאָר ניט זיכער, צי אייראָפּע קען זיך דערלויבן אַזאַ בויקאָט. דאָס קען אָבער זײַן דער עפֿעקטיווסטער וועג צום אומקערן פּוטינען אין דער רעאַלער וועלט.