מער ווי אַ טוץ ייִדן באַשווינדלט דורך אַ „פֿרומען‟ שאַרלאַטאַן

"Fake Frum" Con Man Scams Over a Dozen Jews

איז דער מענטש טאַקע אַ פֿרומער ייִד אָדער פּשוט אַ כיטרער אַפֿעריסט?
איז דער מענטש טאַקע אַ פֿרומער ייִד אָדער פּשוט אַ כיטרער אַפֿעריסט?

פֿון פֿרימעט גאָלדבערגער (Forward)

Published March 05, 2014, issue of March 28, 2014.

דער ייִד שטייט, געוויינטלעך, לעבן אַ באַן־סטאַנציע פֿרײַטיק נאָך מיטאָג, און ווענדט זיך, כּלומרשט אַ פֿאַרלוירענער, צו געוויסע פֿאַרבײַגייער, דערציילנדיק זיי, אַז די פּאָליציי האָט אַוועקגעשלעפּט זײַן אויטאָ פּונקט פֿאַר שבת, און ער האָט בײַ זיך נישט קיין געלט אַהיימצופֿאָרן צו זײַן ווײַב אין וועסטשעסטער. הגם ס׳איז נישט מער ווי אַ באָבע־מעשׂה, האָט ער שוין איבערגעצײַגט מער ווי אַ טוץ מענטשן צו געבן אים ממשותדיקע סומעס געלט.

ער זאָגט צו זײַנע „מנדבֿים‟, אַז ער וועט זיי אומקערן דעם חובֿ, און גיט זיי אַפֿילו זײַן בליצפּאָסט־אַדרעס אָדער מאָבילקע־נומער, אָבער דערנאָך לאָזט זיך דערפֿון אויס אַ בוידעם. די פּאָליציי פֿון דער באַן־ליניע „אַמטראַק‟ האָט באַשטעטיקט, אַז זיי האָבן אָנגעהויבן זוכן דעם שווינדלער, נאָך דעם ווי דער Forward האָט אָפּגעדרוקט זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע און אַ באַריכט וועגן זײַן אָפּנאַרערײַ דעם 17טן פֿעברואַר. דזשאָרדזש גערנאָן, וואָס פֿירט די אויספֿאָרשונג, פֿאָקוסירט דאָס זוכעניש אין און לעבן „פּען־סטיישאָן‟, וווּ אַ טייל פֿון די געליטענע זאָגן, אַז ס׳איז געשען.

דערווײַל האָבן שוין פֿערצן מענטשן זיך אָפּגערופֿן, אַז דער שווינדלער האָט זיי אָפּגענאַרט. געוויינטלעך, רופֿט ער זיך איתן שוואַרץ, אָבער ער האָט שוין אויך געניצט די נעמען גלען גאָלדשטיין, דייוו כּהן און חיים גאָלדמאַן. דאָס „געשעפֿט‟ פֿירט ער שוין זינט 2009.

אַ טייל פֿון די געליטענע האָבן איבערגעגעבן, אַז די פּאָליציי אינעם 66סטן פּרעצינקט אין ברוקלין נעמט דעם ענין נישט אָן ערנסט. איינער האָט געזאָגט, אַז די פּאָליציי האָט זיך אָפּגעזאָגט צו מאַכן אַ באַריכט, זאָגנדיק, אַז 80$ איז אַ צו־קליינע סומע.

אַ צווייטער געליטענער האָט איבערגעגעבן דער פּאָליציי אין דער Midtown South פּרעצינקט וועגן דער שווינדלערײַ נאָך אין 2013. אָבער מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָט דער דעטעקטיוו, דעזמאָנד עגאַן, געשיקט אַ בריוו דעם געליטענעם, אַז מע האָט דעם ענין געשלאָסן. „מיר קענען נישט געפֿינען גאָלדשטיין,‟ האָט ער געשריבן. אַ צווייטער דעטעקטיוו האָט געעצהט, אַז דער געליטענער זאָל אָנקלאָגן דעם שווינדלער אין געריכט. „דאָס איז אַ ציווילער ענין,‟ האָט דער דעטעקטיוו געזאָגט.

דזשאָש דעמבאָוויץ, איינער פֿון די „מנדבֿים‟, האָט דערציילט ווי אַזוי ס׳איז געשען. „ס׳איז געווען ערבֿ־שׂמחת־תּורה, און איך האָב געזאָלט זיך טרעפֿן מיט אַ פֿרײַנד אין ׳פּען סטיישאָן׳,‟ האָט דעמבאָוויץ, אַ 23־יאָריקער קאָלעדזש־גראַדואַנט, דערקלערט אין אַ בליצבריוו דעם Forward. „געוויינטלעך, טראָג איך נישט קיין יאַרמלקע, אָבער דאָס מאָל האָב איך עס יאָ געטראָגן, ווײַל מײַן חבֿר טראָגט עס, און כ׳האָב געוואָלט, ער זאָל זיך פֿילן באַקוועם.‟

דער שווינדלער איז צוגעקומען צו דעמבאָוויץ און דערציילט, אַז די פּאָליציי האָט זײַן אויטאָ אַוועקגעשלעפּט. „ער האָט געדאַרפֿט אַ סך געלט, אַרום $150,‟ האָט דעמבאָוויץ געזאָגט. „ער האָט אויסגעזען ווי אַ פֿרומער ייִד, דערמאָנט דעם דין קעגן לײַען געלט אויף פּראָצענט, און האָט אַפֿילו פֿאָרגעלייגט צו באַצאָלן דעם פּרײַז פֿון מײַן אַרויסנעמען געלט בײַ דער ATM.‟ „זײַן בקשה האָט מיר אויסגעזען ממש ווי אַ סימן פֿון גאָט,‟ האָט דעמבאָוויץ געשריבן. „כ׳האָב הנאה געהאַט, וואָס איך קען העלפֿן אַ ייִד אין אַ קלעם.‟

אָבער ווען דעמבאָוויץ האָט דערציילט זײַנע פֿרײַנד וועגן דעם „סימן פֿון גאָט‟, האָבן זיי אים געענטפֿערט, אַז מע האָט אים זיכער אָפּגענאַרט. וכּך־הווה. דעמבאָוויץ האָט שוין אַ סך מאָל געקלונגען אויפֿן שווינדלערס טעלעפֿאָן און איבערגעלאָזט אָנזאָגן, אָבער יענער האָט אים נישט צוריקגעקלונגען.

מיט צוויי וואָכן צוריק האָט דער שווינדלער געפֿונען נאָך אַ ציל — אין „מייסיס‟. די מנדבֿטע, עדינה פֿרידלענדער, זאָגט, אַז זי איז טעלעפֿאָניש פֿאַרבונדן מיט אים. „ער שיקט מיר ווײַטער ׳טעקסטלעך׳, צוזאָגנדיק, אַז ער וועט מיר אין גיכן אומקערן דאָס געלט,‟ האָט זי געזאָגט.