„אייפּעק‟־רעדער קריטיקירן אַָבאַמאַ

At AIPAC Parley, Even Friends Fault Obama

Getty Images

פֿון דזש. דזש. גאָלדבערג (Forward)

Published March 05, 2014, issue of March 28, 2014.

די פֿירער פֿון „אייפּעק‟, דער פּראָ־ישׂראלדיקער „לאָבי‟, שטרעבן אָנצוהאַלטן די דרך־ארצדיקע נייטראַליטעט לגבי ביידע אַמעריקאַנער פּאַרטייען. בעת דער הײַנטיקער יערלעכער קאָנפֿערענץ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט 14,000 אַקטיוויסטן פֿון „אייפּעק‟, איז אָבער געווען גרינג צו באַמערקן די אומצופֿרידנקייט מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. אין די קאָרידאָרן און קליינע שמועס־צימערן האָט מען כּסדר געהערט קריטישע אַרויסזאָגונגען קעגן דער פּאָליטיק פֿון דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער רעגירונג. די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק, דעם 3טן מאַרץ.

די דאָזיקע שטימונגען האָט מען צומאָל אויך אַרויסגעזאָגט בעת די אַלגעמיינע פּלענאַרע זיצונגען. ווען דזשאָן מאַק׳קיין, דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר פֿונעם שטאַט אַריזאָנע, האָט באַשולדיקט אָבאַמאַ אינעם אוקראַיִנישן קריזיס, טענהנדיק, אַז צוליב זײַן אויסערן־פּאָליטיק „גלייבט קיינער נישט מער אינעם כּוח פֿון אַמעריקע‟, איז דער פֿאַרזאַמלטער עולם אויפֿגעשטאַנען און אויסגעבראָכן מיט הויכע אָוואַציעס.

דער ניו־יאָרקער סענאַטאָר טשאָק שומער, זײַענדיק אַליין אַ דעמאָקראַט, האָט בעת דער קאָנפֿערענץ מיט אַ שאַרפֿן שרײַענדיקן טאָן באַשולדיקט דעם מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, אין דעם, וואָס בעת דער זיכערהייט־קאָנפֿערענץ אין מינכן, דעם ערשטן פֿעברואַר, האָט קערי גערופֿן די ישׂראלדיקע רעגירונג צו זײַן מער נאָכגעביק, כּדי אויסצומײַדן די בויקאָטן, וואָס קאָנען איר ברענגען מער היזק. שומער האָט געטעהנט, אַז קערי האָט געמוזט „אויף יעדן מעגלעכן אופֿן פֿאַרדאַמען‟ די אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן.

די שאַרפֿסטע קריטיק האָט מען אָבער געהערט בעת די קליינע סעסיעס פֿון „אייפּעק‟. פֿרעד האָף, אַן אַמעריקאַנער אַרמיי־וועטעראַן, וועלכער האָט געדינט ווי אַ הויכראַנגיקער עצה־געבער אין די ענינים פֿון סיריע בעת אָבאַמאַס ערשטער אַדמיניסטראַציע, האָט שאַרף קריטיקירט דעם פּרעזידענט פֿאַר דעם, וואָס אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט ער נישט אויסגעהאַלטן דעם צוזאָג צו אַטאַקירן סיריע, טאָמער באַשאַר אַסאַד באַנוצט זיך מיט כעמישן געווער. האָף האָט געטענהט, אַז ווען די סירישע רעגירונג האָט אָפּגעשטעלט די כעמישע אַטאַקן, האָט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע זי געלאָזט צו רו, דערלויבנדיק אַזוי אַרום ממשיך צו זײַן די רציחה.

איתמר ראַבינאָוויטש, אַ ליבעראַלער עקספּערט אין די מיטל־מיזרחדיקע ענינים, וועלכער האָט געדינט ווי דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין וואַשינגטאָן אין יצחק ראַבינס תּקופֿה, איז אויפֿגעטראָטן מיט דער זעלבער קריטיק. ביידע, האָף און ראַבינאָוויטש, האָבן באַמערקט, אַז די אומבאַוויליקייט פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע זיך אַרײַנצומישן אינעם סירישן קאָנפֿליקט איז געווען, לויט זייער מיינונג, „אַ געפֿערלעכער טעות‟, וואָס האָט געשעדיקט די רעפּוטאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווי די מעכטיקסטע וועלט־מלוכה, און קאָן אַרויסרופֿן אַ „שניי־לאַווינע‟ פֿון פּאָליטישע עפֿעקטן אַרום דער וועלט.