מער ווענעזועלער ייִדן ווילן אַוועק

Venezuelan Jews Opt For Plan B

די אומרוען אויף די גאַסן פֿון קאַראַקאַס, דעם 2טן מאַרץ
John Moore/Getty Images
די אומרוען אויף די גאַסן פֿון קאַראַקאַס, דעם 2טן מאַרץ

פֿון ייִט״אַ

Published March 06, 2014, issue of March 28, 2014.

אַ טייל ווענעזועלער ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד נאָך דער פּאָליציי־אָבלאַווע, וועלכע איז אויסגעבראָכן אינעם ייִדישן קלוב פֿון קאַראַקאַס. דאָס איז געשען אינעם יאָר 2007. מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָבן צוויי כוליגאַנען אַטאַקירט אַן אָרטיקע שיל. דאָס האָט איבערגעצײַגט נאָך אַ צאָל ייִדן אַוועקצופֿאָרן. נאָך דער מלחמה אין עזה, אינעם יאָר 2009, האָט דער ווענעזועלער פּרעזידענט, אוגאָ טשאַוועז, פֿאַרטריבן פֿון קאַראַקאַס דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר און גערופֿן די ווענעזועלער ייִדן אַרויסצוטרעטן קעגן די מיליטערישע אַקציעס פֿון צה״ל. דאָס האָט אויך פֿאַרזאָרגט די קהילה.

קאַראַקאַס האָט די רעפּוטאַציע פֿון דער געפֿערלעכסטער שטאָט אין דער וועלט, וווּ 79 פֿון יעדע 100,000 מענטשן ווערן דערהרגעט. אַחוץ דעם הויכן ניוואָ פֿון פֿאַרברעכנס, זענען אין די איצטיקע פּראָטעסטן קעגן דער רעגירונג שוין אומגעקומען לכל־הפּחות 18 מענטשן, לויטן חשבון פֿונעם 1טן מאַרץ.

אַנדרעס בעקער, אַ ווענעזועלער אימיגראַנט, וועלכער וווינט איצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט געטענהט, אַז אין זײַן היימלאַנד איז „נישטאָ קיין האָפֿענונג אויף אַ בעסערער צוקונפֿט‟. זײַנע עלטערן בלײַבן אין ווענעזועלע און האָבן זייער ליב דאָס לאַנד. פֿאַראַיאָרן האָבן זיי אָבער אויך אָנגעהויבן טראַכטן, צי זיי זאָלן פֿאַרלאָזן זייער היים.

במשך פֿון די לעצטע 15 יאָר, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון ווענעזועלע געפֿאַלן פֿון 25,000 ביז 7,000. אַ סך פֿאַרמעגלעכע נישט־ייִדישע ווענעזועלער זענען אויך אַוועקגעפֿאָרן קיין פֿלאָרידע, פּאַנאַמע, קאָסטאַ־ריקע, דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק און קאָלאָמביע. די מאַסן־אימיגראַציע פֿון ייִדן, אַרײַנגערעכנט אַ סך וויכטיקע קהילה־פֿירער, האָט קאַליע געמאַכט דעם מצבֿ פֿון די קהילה־אינסטיטוציעס אינעם לאַנד, ווײַל זיי באַקומען אַלץ ווייניקער שטיצע, און אין די ייִדישע שולן לערנען זיך אַ סך ווייניקער תּלמידים.

די פֿירער פֿון די ווענעזועלער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו געבן דער ייִט״אַ אַן אינטערוויו. די איצטיקער מאַסן־פּראָטעסטן האָבן זיך אָנגעהויבן דעם 12טן פֿעברואַר, אין שײַכות מיט די וואַקסנדיקע עקאָנאָמישע צרות. בעקער האָט באַטאָנט, אַז ווען אין די קראָמען זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אַזעלכע נייטיקע פּראָדוקטן, ווי מילך, הינערפֿלייש, אייער און טואַלעט־פּאַפּיר, זענען אַ סך מענטשן אַרויס אויף די גאַסן צו פּראָטעסטירן קעגן דער רעגירונג.

סאַנדראַ איגליצקי, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון ווענעזועלע, וועלכע איז אַוועקגעפֿאָרן מיט אַ צענדליק יאָר צוריק קיין דרום־פֿלאָרידע, אָבער קומט אָפֿט צוריק אין איר היימלאַנד, האָט געזאָגט, אַז פֿאַר איר איז געווען שווער צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, וואָס איז תּמיד געווען פֿרײַנדלעך צו ייִדן און געדינט פֿאַר אַ סך אייראָפּעיִשע פּליטים ווי אַ מקום־מיקלט נאָכן חורבן. זי האָפֿט, אַז דער מצבֿ אין ווענעזועלע וועט ווערן בעסער. איגליצקי האָט צוגעגעבן, אַז זי וואָלט זיך אין אַזאַ פֿאַל מיט גרויס פֿאַרגעניגן אומגעקערט צוריק.