נתניהו אָפּטימיסטיש וועגן שלום אין מיטעלן מיזרח

Netanyahu Optimistic About Peace in the Middle East

פּרעמיער נתניהו, בעת זײַן רעדע פֿאַר „אייפּאַק‟, דעם 4טן מאַרץ
פּרעמיער נתניהו, בעת זײַן רעדע פֿאַר „אייפּאַק‟, דעם 4טן מאַרץ

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published March 06, 2014, issue of March 28, 2014.

וואַשינגטאָן. — בעת אַ רעדע פֿאַר „אייפּאַק‟ דינסטיק, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו, צום ערשטן מאָל, אויסגעדריקט אָפּטימיזם וועגן די מעלות, וואָס שלום מיט די פּאַלעסטינער וועט ברענגען — אַ זאַך, וואָס ער האָט אַמאָל מבֿטל געמאַכט.

„איך בין גרייט צו מאַכן שלום מיט אונדזערע פּאַלעסטינער שכנים, אַ שלום וואָס וועט ברענגען אַ סוף צו 100 יאָר פֿון קאָנפֿליקט און בלוט־פֿאַרגיסונג,‟ האָט נתניהו דערקלערט. „שלום וועט זײַן גוט פֿאַר אונדז. שלום וועט זײַן גוט פֿאַר די פּאַלעסטינער. אָבער שלום וועט אויך דערמעגלעכן פֿאָרמעלע באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פֿירנדיקע לענדער פֿון דער אַראַבישער וועלט.‟

מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, בעת אַן אינטערוויו, געוואָרנט, אַז אַלץ מער לענדער וועלן זיך אפֿשר דערווײַטערן פֿון ישׂראל, אויב זי דערגרייכט נישט קיין שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער. ער האָט גערופֿן נתניהו אַרויסצוּווײַזן פֿירערשאַפֿט וואָס שייך דעם ענין.

בעת זײַן רעדע פֿאַר „אייפּאַק‟, האָט נתניהו דערקלערט, אַז ישׂראל וואָלט אין דער צוקונפֿט געקאָנט אַרבעטן בשותּפֿות מיט די פּאַלעסטינער אויף פֿאַרשידענע פּראָיעקטן: טיילן זיך מיט די וואַסער־קוואַלן, אַנטוויקלען מעדיצינישע רפֿואות און גרינדן טעכנאָלאָגישע פֿירמעס. זײַנע ווערטער האָבן געקלונגען ענלעך צו דער וויזיע פֿונעם „נײַעם מיטעלן מיזרח‟, וואָס פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט געהאַט אויסגעדריקט בעת די וואַלן פֿון 1996 — אַ וויזיע, וואָס נתניהו האָט בפֿרהסיא חוזק געמאַכט דערפֿון.

נתניהוס אָפּטימיסטישער טאָן פֿאַר „אייפּאַק‟ האָט אויסגעזען היפּוכדיק צו דער שטימונג פֿאַר זײַן זיצונג מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ אינעם „ווײַסן הויז‟, ווען ער האָט אים געוואָרנט וועגן דער סכּנה פֿון איראַן. „מיר האָבן זיך שוין אויסגעלערנט פֿון אונדזער געשיכטע, אַז דער בעסטער אופֿן צו גאַראַנטירן שלום, איז אַרויסצוּווײַזן גבֿורה און פֿעסטקייט,‟ האָט נתניהו געזאָגט. „די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג דערוואַרט דאָס פֿון מיר — זיך צו שטאַרקן קעגן קריטיק און דרוק, און טאָן אַלץ צו פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿון דער איינציקער ייִדישער מדינה אויף דער וועלט.‟

בעת דער „אייפּאַק‟־קאָנפֿערענץ האָט ישׂראל אָבער יאָ געלויבט דעם אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, פֿאַר זײַן „גוט־דורכגעטראַכטן צוגאַנג‟ צו דערגרייכן אַן אָפּמאַך; בפֿרט, אַז זײַנע פֿאָרלייגן וועגן ירושלים און פֿאַרזיכערן דעם מערבֿ־ברעג האָט ער צו ערשט אַרומגערעדט מיט ישׂראל, איידער ער האָט אָנגעהויבן זײַנע פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, מאַכמוד אַבאַס, דאַרף זיך טרעפֿן מיט אָבאַמאַ דעם 17טן מאַרץ.

וואָס שייך איראַן, האָט נתניהו אָבער ווײַטער דערקלערט, אַז ישׂראל האָט דאָס רעכט צו טאָן ווי זי פֿאַרשטייט, סײַדן די פֿאַהאַנדלונגען מיט איראַן וועלן דערפֿירן צו דער אַנולירונג פֿון איראַנס פֿעיִקייט צו באַרײַכערן אוראַניום.

„צום באַדויערן, רעדן הײַנט די הויפּטמאַכטן פֿון דער וועלט וועגן דערלויבן איראַן ווײַטער צו באַרײַכערן אוראַניום,‟ האָט נתניהו געזאָגט „אייפּאַק‟. „דאָס דערלויבן דעם ערגסטן טעראָריסטישן רעזשים אויף דער וועלט צו קריגן אַטאָמישע באָמבעס וועט שטעלן אַלעמען אין אַ סכּנה, און בפֿרט ישׂראל.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.