רוסלאַנד, אוקראַיִנע און די מערבֿ־וועלט

Russia, Ukraine, and the West

אַ גרופּע סאָלדאַטן באַוואַכן אַן אוקראַיִנישע מיליטערישע באַזע לעבן קרים. הגם אויף זייערע אוניפֿאָרמען געפֿינען זיך נישט קיין געהעריקע סימנים, ווייסן אַלע, אַז זיי געהערן צום רוסלענדישן מיליטער.
Getty Images
אַ גרופּע סאָלדאַטן באַוואַכן אַן אוקראַיִנישע מיליטערישע באַזע לעבן קרים. הגם אויף זייערע אוניפֿאָרמען געפֿינען זיך נישט קיין געהעריקע סימנים, ווייסן אַלע, אַז זיי געהערן צום רוסלענדישן מיליטער.

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 07, 2014, issue of March 28, 2014.

די וועלט האָט שוין לאַנג ניט איבערגעלעבט אַזאַ שווערן קריזיס, וואָס איז איצט אַרויסגערופֿן געוואָרן מצד רוסלאַנד — די עקספּאַנסיאָניסטישע פּאָליטיק פֿון וולאַדימיר פּוטינס כּנופֿיא. עפּעס אַ לייענער קלאָגט זיך, אַז איך נוץ אין מײַן שפּראַך דאָס רוסישע וואָרט „עקספּאַנסיע‟. אַ סבֿרא, אַז ער האָט קיין מאָל ניט געהערט דאָס וואָרט expansion. עס שאַט ניט צו באַהערשן דעם באַטײַט פֿונעם דאָזיקן „עכט רוסישן וואָרט‟. איך שטעל זיך אָפּ אויף דעם באַגריף, ווײַל וועגן דעם טאַקע גייט די רייד הײַנטיקע טעג.

די געשיכטע דערמאָנט אונדז, פֿאַרשטייט זיך, אויך מכּוח דעם Lebensraum. מע האָט זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף הילאַרי קלינטאָן פֿאַר די פּאַראַלעלן, וועלכע זי האָט דורכגעפֿירט צווישן דעם נאַציסטישן דײַטשלאַנד און דעם פּוטיניסטישן רוסלאַנד, אָבער אַזעלכע פֿאַרגלײַכן בעטן זיך אַליין אין קויש אַרײַן, בפֿרט בײַ אַזעלכע ווי איך, וואָס קענען קוקן און פֿאַרשטיין די רוסישע טעלעוויזיע. מיטוואָך, גייענדיק צו דער סטאַנציע „ברײַטאָן-ביטש‟, האָב איך דערהערט, ווי איינער האָט געזאָגט (אויף רוסיש): „איך האָב אין דער פֿרי געזען די נײַעס, און איצט בין איך קראַנק אויף אַ גאַנצן טאָג‟. קיין געזונט גיט עס טאַקע ניט צו.

גלײַכצײַטיק זײַנען דאָ ניט ווייניק לײַט אין דער מערבֿדיקער וועלט, וואָס באַציִען זיך נאָך אַלץ וואַרעם צו פּוטינען. (צוריק גערעדט, זײַנען דאָך אַ מאָל געווען ניט ווייניק חסידים אויך בײַ סטאַלינען.) דעם 1טן מאַרץ האָט סטיווען כּהן, אַ באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר-היסטאָריקער פֿון דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט (דאָס הייסט, מײַן קאָלעגע), געזאָגט דעם „סי-ען-ען‟, אַז פּוטין איז לחלוטין ניט שולדיק אין דעם קריזיס אין אוקראַיִנע. דערבײַ האָט ער גלײַך דערמאָנט, אַז צו פּוטינען איז שווער צו האָבן טענות לגבי דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין רוסלאַנד; אַז די רוסישע געשיכטע האָט נאָך ניט געוווּסט אַזאַ פֿילאָסעמיטישן פֿירער. אַגבֿ, אַ לייענער האָט אין אַ קאָמענטאַר צו מײַנעם אַן אַרטיקל אויך אָנגעשריבן אַן ערך דאָס זעלבע.

אַזוי צי אַזוי, אָבער די מערבֿדיקע וועלט איז דערווײַל ניט גרייט זיך פֿעסט קעגנצושטעלן דער דאָזיקער פּאָליטיק און פּראַקטיק. די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז געצאַמט דורך אייראָפּע, כאָטש דאָרטן וואָלט מען בפֿירוש געדאַרפֿט געדענקען די געשיכטע און וואָס עס קומט פֿאָר, אויב דער אַגרעסאָר ווערט ניט אָפּגעשטעלט. אמת, די געשיכטע לערנט אונדז אויך, אַז די מערבֿדיקע וועלט איז קיין מאָל ניט גרייט צו אַזאַ געראַנגל. הענרי קיסינדזשער האָט שוין אַ זאָג געטאָן, אַז אַנשטאָט אַ קלאָרער פּאָליטיק, זעט מען און מע הערט הײַנט אַ באַרעכטיקונג פֿאַר ניט האָבן קיין שום פּאָליטיק. ס׳איז קלאָר, פֿאַר וואָס דאָס קומט פֿאָר, ווײַל יעדער פּאָליטישער קער הייסט צו פֿאַרלירן עפּעס.

דערווײַל טראַכט מען נאָך אַלץ אין די טערמינען פֿון „רעאַלפּאָליטיק‟, פֿון הײַנט: וויפֿל געלט וועט עס אָפּקאָסטן, טאָמער אַזאַ גרויסער מאַרק וועט אָפּגעשניטן ווערן? ווי אַזוי צו געפֿינען אַנדערע קוואַלן פֿאַר נאַפֿט, גאַז, וכ‘? צי איז ווערט בכלל אוקראַיִנע, מע זאָל צוליב איר ריזיקירן מיט דער עקאָנאָמיע, מיט דער השפּעה אין אַנדערע טיילן פֿון דער וועלט, און אַזוי ווײַטער? די געשיכטע, אָבער, לערנט אויך, אַז דער פּרײַז פֿון דעם „עפּעס‟, וואָס מע פֿאַרלירט אין אַזעלכע סיטואַציעס, וואַקסט, טאָמער מע דערלויבט דעם אַגרעסאָר אײַנצוזיצן אין דעם זאָטל.

עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו מאָלן דעם אוקראַיִנישן צד נאָר מיט ליכטיקע פֿאַרבן. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז דעם פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש האָט אויסגעקליבן די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג. און דעם פּאַרלאַמענט זייערן האָבן זיי באַפֿעלקערט מיט אַ כאָפּטע מיאוסע פּאַרשוינען. דערצו האָט די גאַנצע מרידה געבראַכט צו אַ כאַאָס, אַ פּאַראַליטש פֿון דער מאַכט, און דאָס האָט געגעבן פּוטינען דעם תּירוץ זיך אַרײַנצומישן אין די געשעענישן.

אמת, ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דערמיט איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַסטקע. אַנשטאָט צו האָבן אַ שווערן שכן, וועט ער איצט האָבן אַ ביטערן שׂונא. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם פּאָליטישן און עקאָנאָמישן פּרײַז, וועלכן רוסלאַנד וועט מוזן באַצאָלן פֿאַר אָט דער אימפּערישער און, אין תּוך אַרײַן, אומראַציאָנעלער אָפּעראַציע. רוסלאַנד וועט מוזן אַרײַנגיסן משוגענע געלטער אין קרים. אייניקע רוסישע פּראָווינציעלע לצים האָבן שוין געבעטן פּוטינען, ער זאָל אַרײַנפֿירן מיליטער אין זייערע געגנטן און דערמיט פֿאַרבעסערן דאָרטן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ.

וואָס שייך אוקראַיִנע, צאָלט זי זייער אַ שווערן פּרײַז. אָבער דער פּאַראַדאָקס שטעקט אין דעם, אַז נאָך אַלעמען, וועט זי אפֿשר, אין לעצטן סך-הכּל, פֿון דעם געווינען. קודם-כּל, וועט זי פּטור ווערן פֿון ניקיטאַ כרושטשאָווס מתּנה — דעם קרימער האַלב־אינדזל, פֿון דער באַפֿעלקערונג, וועלכע איז תּמיד געווען בײַ איר אַ ביין אין גאָרגל, און אַ דאַנק דעם, דערגרייכן אַ בעסערע נאַציאָנאַלע קאָנסאָלידאַציע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער מערבֿ וועט איצט מוזן האַלטן אוקראַיִנע פֿאַר אַן „אייגענער‟.

די הויפּט־פֿראַגע איז איצט, צי דער מערבֿ וועט דערלויבן פּוטינען צו פֿירן די עקספּאַנסיע ווײַטער, מחוץ קרים.