רוסלאַנד: נאָך דער אָלימפּיאַדע — מער מיליטאַנטישע שפּילן

Russia: After the Olympics – More Militant Games

וולאַדימיר פּוטין מיט טאָמאַס באַך, דער פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּישן קאָמיטעט‟, פֿאַר דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער „פּאַראַלימפּיאַדע‟, דעם 7טן מאַרץ, אין סאָטשי
Getty Images
וולאַדימיר פּוטין מיט טאָמאַס באַך, דער פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּישן קאָמיטעט‟, פֿאַר דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער „פּאַראַלימפּיאַדע‟, דעם 7טן מאַרץ, אין סאָטשי

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 09, 2014, issue of March 28, 2014.

אַז מע לעבט, דערלעבט מען. און אָט, אױך מיר האָבן דערלעבט צו זען די ערשטע פֿרילינג־טעג. די ווינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי האָט זיך, גאָט צו דאַנקען, פֿאַרענדיקט, און די רוסישע מאַכט, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט פּוטין, האָט לײַכט אָפּגעאָטעמט און… אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו אוקראַיִנע. מיט אַן אָלימפּישן אַזאַרט האָבן די רוסישע סאָלדאַטן זיך דעסאַנטירט אויפֿן האַלב־אינדזל קרים, און זיך געלאָזט שטעלן „נײַע רעקאָרדן‟ פֿון אינטערווענץ און חוצפּהדיקער עקספּאַנסיע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די וועלט האָט שוין כּמעט פֿאַרגעסן אין די אַנומלטיקע ספּאָרט־נצחונות און מפּלות; אָבער פֿאָרט איז טשיקאַווע זיך אומצוקוקן, און אָפּצושאַצן די מעשׂים פֿון אַ לאַנד, וואָס האָט זיך לעצטנס אויסגעדרייט מיטן הינטן צו דער מערבֿ־וועלט, און שפּילט איר אייגענע מיליטאַנטישע שפּיל אויפֿן פֿעלד פֿון פֿרעמדע צרות.

די הוצאָות צוצוגרײטן און דורכצופֿירן די װינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי זײַנען געװען מער װי די געמײנזאַמע הוצאָות אױף אַלע פֿריִערדיקע װינטער־אָלימפּיאַדעס, דהײַנו — 47 מיליאַרד דאָלאַר. צום בײַשפּיל, די װינטער־אָלימפּיאַדע אינעם קאַנאַדער װאַנקוּװער אין 2010 האָט אָפּגעקאָסט די קאַנאַדער בירגער אַרום 3.4 מיליאַרד אַמעריקאַנער דאָלאַר. די רוסישע זשורנאַליסטן האַלטן, אַז אין במשך פֿון די צוגרײטונגען צו דער אָלימפּיאַדע אין סאָטשי זײַנען צוגעגנבֿעט געװאָרן אַריבער 27 מיליאַרד דאָלאַר, און איצט איז געקומען די צײַט פֿון די פּראָקוראָרן פֿעסטצושטעלן, װיפֿל פֿון די כּמעט פֿופֿציק מיליאַרד דאָלאַרן זײַנען צוגעגנבֿעט געװאָרן — צװאַנציק פּראָצענט אָדער זעכציק פּראָצענט?

אַזױ צי אַנדערש, אָבער די טראַדיציאָנעלע רוסישע קאָרופּציע האָט ניט געשטערט דער רוסלענדישער אָלימפּישער מאַנשאַפֿט צו געװינען 33 מעדאַלן, מער װי אַלע אַנדערע לענדער, און עס װײַזט אױס, אַז טאַקע אָט די־אָ גאָלדענע, זילבערנע און בראָנדזענע מעדאַלן, װי אױך די קאָלאָסאַלע גניבֿות, זײַנען געװען דער הױפּטציל פֿון די רוסישע טשינאָװניקעס בײַם דורכפֿירן די אָלימפּישע שפּילן אין סאָטשי.

איצט, וועגן דעם גרױסן רעש אַרום דעם ענין מיט די רעכט פֿון די האָמאָסעקסואַלן, לעסביאַנקעס און נאָך אַ פּאָר „סעקסועלע שטראָמען‟, אין װעלכע איך בין אַ קנאַפּער קענער… זײער גיך איז קלאָר געװאָרן, אַז אָט דער־אָ גאַנצער רעש איז ניט װערט קײן אױסגעבלאָזן אײ. אין רוסלאַנד עקזיסטירן פּשוט ניט קײן שום געזעצן קעגן די „סעקסועלע מינדערהײטן‟. דאָס אײנציקע געזעץ, װוּ ס׳װערט דערמאָנט דאָס װאָרט „האָמאָסעקסוליזם‟, איז דאָס „געזעץ קעגן דער פּראָפּאַגאַנדע פֿון האָמאָסעקסואַליזם צװישן די אונטערוואַקסלינגען און קינדער‟. דעם אמת געזאָגט, האָב איך מורא געהאַט ניט פֿאַר די ספּאָרטלער מיט דער ניט־טראַדיציאָנעלער סעקסועלער אָריענטאַציע, נאָר פֿאַר די רוסלענדישע ספּאָרט־פֿונקציאָנערן, װעלכע װעלן דאַרפֿן דריקן די האַנט דעם אָדער יענעם ספּאָרטלער־האָמאָסעקסואַליסט, װעלכער װעט זוכה זײַן צו עפּעס אַ מעדאַל. אין אַזאַ פֿאַל װאָלט יאָ געקענט אױסברעכן אַ גרױסער סקאַנדאַל. און איך װיל דערקלערן װאָס איך מיין דערמיט.